(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אויף אַן אַנדער פֿאָטאָגראַפֿיע ברענערס, „בן־גוריון פֿליפֿעלד‟, זעט מען דרײַ פֿרומע מענער אָנגעטאָן פֿון קאָפּ ביז די פֿיס מיט די זעלבע שוואַרצע בגדים און האַלטן שוואַרצע וואַליזקעס. בפֿרט משונהדיק איז דער פֿאַקט אַז זיי שטייען אין דעם זייער באַלויכטענעם זאַל בעת זייערע אויגן זענען לגמרי באַדעקט מיט שוואַרצע טיכלעך, כּלומרשט צו היטן אויף זייערע נשמות פֿון דער זינדיקער אַרומיקער וועלט. אָדער מער פּראָזאַיִש, זענען זייערע אויגן פּשוט צו סענסעטיוו געוואָרן צום ליכט…
אָט דער ברענער איז אויך דער וואָס האָט לכתּחילה געגרינדעט דעם פּראָיעקט „דאָס אָרט‟ אין 2006, צונויפֿזאַמלענדיק די אַלע אַנדערע פֿאָטאָגראַפֿן צו אַרבעטן איבער דעם. ברענער ווערט ציטירט אין שײַכות מיט דעם תּחילתדיקער כּוונה פֿון זײַן איניציאַטיוו: „דאָ פּרעזענטירט מען דאָס טיילן זיך פֿונעם אָפּשטאַם. עס זעט מיר אויס נייטיק צונויפֿצוזאַמלען אַ גרויסן ספּעקטער פֿון יחידים, בײַ וועמען זייער אָפּשטאַם, תּשוקות און פּאַראַדאָקסאַלישע און סתּירותדיקע פּערספּעקטיוון קענען אונדז העלפֿן באַנעמען די אומדערטרעגלעכע קאָמפּליצירטקייט פֿונעם אָרט און זײַנע קולער.‟
ס’איז ראָקעמענדירט צו גיין זען די אויסשטעלונג אין ברוקלין מיט די אייגענע אויגן. אָבער אין יעדן פֿאַל קען מען דערצו אַ סך געפֿינען וועגן דער גרופּע „דאָס אָרט‟ און זייערע ווערק אויף זייער רושמדיקער וועבזײַט: //www.this-place.org.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.