ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

די וואָלונטירן, וואָס האָבן באַקומען די „מנורה‟־פּרעמיעס פֿון „בני־ברית װיקטאָריע‟
די וואָלונטירן, וואָס האָבן באַקומען די „מנורה‟־פּרעמיעס פֿון „בני־ברית װיקטאָריע‟

פֿון שרה זילבערמאַן

Published May 09, 2016, issue of May 27, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

צװײ נײַע פֿילמען אױף ייִדישע טעמעס

צװײ נײַע דאָקומענטאַר־פֿילמען, װעלכע פֿאַרנעמען זיך מיט דער חורבן־אײראָפּע האָבן זיך געעפֿנט די װאָך אין מעלבורן.

דער ערשטער פֿילם איז דער ערשטער פֿון אַ סעריע װאָס װעט בײַם סוף באַשטײן פֿון 8 דאָקומענטאַרן. די סעריע װעט הײסן „געשטיגן פֿונעם אַש” (Rising From the Ashes). דער איצטיקער 15־מינוטיקער פֿילם הײסט „דער גרעסטער פֿאַרלוסט” (The Biggest Loss) און גיט איבער אַן אינטערװיו מיט 12 עלטערע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה װעלכע װױנען איצט אין מעלבורן. אַלע זײַנען איצט קליענטן פֿונעם ייִדישן הילפֿס־פֿאָנד פֿון װיקטאָריע. זײ גיבן איבער זײערע זכרונות פֿון װי אַזױ זײ האָבן באַװיזן צו בלײַבן לעבן און אױך װעגן די גרױזאַמקײטן, װעלכע זײ האָבן געזען מיט די אײגענע אױגן.

די װײַטערדיקע 7 פֿילמען װעלן דערשײַנען במשך פֿונעם יאָר, אַ דאַנק דער אַרבעט פֿונעם ייִדישן הילפֿס־פֿאָנד פֿון װיקטאָריע. יעדער פֿילם װעט זיך פֿאַרנעמען מיט אַ באַזונדערן אַספּעקט פֿונעם חורבן װאָס האָט געשאַפֿן טראַוומאַ אין די לעבן־געבליבענע. זײ װעלן אױך באַטראַכטן די השפּעה פֿון אַזעלכע טראַוומאַס אױף זײערע קינדער און קינדס־קינדער.

דער צװײטער נײַער דאָקומענטאַר־פֿילם הײסט „קײן מאָל נישט פֿאַרגעסן: אַ מעשׂה װעגן דעם מאַרש פֿון די לעבנדיקע‟ (Never Forget: A March of the Living Story). דער יונגער פֿילממאַכער אָדם דאָסטאַלעק האָט אָנטײלגענומען אינעם מאַרש װי אַ יונגער אָבער דערװאַקסענער מאַן אין 2014 און האָט פֿאַרענדיקט דעם פֿילם אין פֿעברואַר 2015. דאָסטאַלעק האַלט, אַז דער חורבן איז אַ טראַגעדיע פֿאַר דער גאַנצער מענטשהײט און נישט נאָר פֿאַר ייִדן און, אַז אַלע דאַרפֿן אָנטײלנעמען אין אַזאַ פּראָגראַם.

דער פֿילם איז געװען פֿינאַנצירט דורך פֿאָנדן פֿון עולם־פֿאָנדן (crowdfunding). מע קען קוקן דעם פֿילם אױף דער אינטערנעץ אױף דער װעבזײַט פֿונעם „מאַרש פֿון די לעבנדיקע‟.


אױסטראַלישער מלוכהמאַן ראַטעװעט אײנעם אױף דער גאַס אין תּל־אָביב

אַ יונגער אױסטראַלישער מלוכהמאַן, אַ געװעזענער פֿײַער־לעשער, האָט געראַטעװעט אַ מאַן אױף דער גאַס אין תּל־אָביב בעת זײַן באַזוך, װאָס איז געװען פֿינאַצירט פֿונעם „אױסטראַליע/ישׂראל און ייִדישע ענינים־ראַט‟. פּאָל עדזשברוק, װאָס האָט גראַדויִרט פֿונעם אוניװערסיטעט מיט אַ דיפּלאָם אין פּאָליטישער װיסנשאַפֿט, איז דערװײלט געװאָרן צום שטאַטישן פּאַרלאַמענט פֿון װיקטאָריע צום ערשטן מאָל אין 2014 פֿון פֿרענקסטאָן, אַ פֿאָרשטאָט, װוּ עס װױנען אַ סך אַרבעטער און װוּ די אַרבעטסלאָזיקײט איז אַ גרױס פּראָבלעם.

אַרױסקומענדיק אױף דער גאַס נאָך אַ זיצונג אין תּל־אָביב, האָט עדזשברוק געהאָלפֿן ראַטעװען אַ מאַן װאָס האָט געבלוטיקט פֿון קאָפּ, ביז דער אַמבולאַנס איז אָנגעקומען און האָט געפֿירט דעם מאַן אין שפּיטאָל אַרײַן.

רעדנדיק װעגן מדינת־ישׂראל, האָט עדזשברוק באַמערקט אַז „דאָס זען װי אַזױ אַ לאַנד װאָס האָט נישט קײן נאַטירלעכע רעזורסן אַחוץ זײַנע קינדער און זײערע מוחות קען מצליח זײַן עפֿנט אױף די אױגן צו פּראָיעקטן װעלכע מיר קענען דורכפֿירן בײַ זיך אין דער הײם‟.


ייִדן צװישן די בעסטע תּלמידים און תּלמידות אין װיקטאָריע

אַכט נײַע גראַדואַנטן פֿון מעלבורנער ייִדישע מיטלשולן זײַנען באַערט געװאָרן פֿונעם פּרעמיער פֿונעם שטאַט װיקטאָריע לכּבֿוד זײער איבערגעגעבנקײט צו די שטודיעס בעת זײ האָבן זיך געלערנט אין 12טן קלאַס פֿאַראַיאָרן.

פֿיר סטודענטן פֿון „ביאַליק קאָלעדזש‟ זײַנען אַנערקענט געװאָרן פֿאַר זײער אַרבעט אין די לימודים פּסיכאָלאָגיע, רעליגיע און די געזעלשאַפֿט, ענגליש, דראַמע און פֿיזישע דערציִונג. צװײ תּלמידות פֿון דער „בית רבֿקה‟ מײדלשול זײַנען אַנערקענט געװאָרן פֿאַר זײער אַרבעט אינעם לימוד, טעקסטן און טראַדיציעס. צװײ תּלמידים פֿונעם „הר־הצופֿים קאָלעדזש‟ זײַנען אַנערקענט געװאָרן פֿאַר זײער אַרבעט אין די לימודים, לעגאַלע שטודיעס און ענגליש. די פֿאַרװאַלטערס פֿון די טאָגשולן האָבן געװוּנטשן אַלע געװינערס און זײערע עלטערן אַ האַרציקן מזל־טובֿ.


„מנורה‟־פּרעמיעס צוגעטײלט פֿון „בני-ברית װיקטאָריע‟

„בני־ברית װיקטאָריע‟ האָט צוגעטײלט זײַנע יערלעכע „מנורה‟־פּרעמיעס צו פֿיר ייִדן װעלכע װױנען אין װיקטאָריע, לכּבֿוד זײערע פֿאַרדינסטן, װײַל זײ אַרבעטן פֿרײַװיליק לטובֿת דער לאָקאַלער געזעלשאַפֿט.

אײן געװינער אַרבעט שױן 21 יאָר פֿרײַװיליק בײַ דער „לאַם ביבליאָטעק‟ און אַרבעט אױך פֿרײַװיליק לטובֿת „הצלה‟, דעם „מגן דוד אדום‟ און דעם סכנות.

אַ צװײטער געװינער אַרבעט פֿרײַװיליק בײַם „באָרונדאַ רעזורס־צענטער פֿאַר פֿרײַװיליקע אַרבעטער‟, מעלבורן־טוריסטיק און דעם „בני ברית‟. ער האָט געדינט װי דער פּרעזידענט פֿון „בני־ברית װיקטאָריע‟ און האָט מיטגעאַרבעט מיט זײַן פּראָגראַם „דער מוט צו זאָרגן זיך‟ (Courage to Care), װאָס לערנט װעגן די חסידי־אומות־העולם.

אַ דריטער געװינער האָט פֿרײַװיליק געאַרבעט בײַ „ק”ק קדם‟, דעם „מיצװה־טאָג‟, ייִדישע װױלטעטיקע אָרגאָניזאַציעס און האָט געדינט װי דער װיצע־פּרעזידענט פֿונעם „פֿאַרבאַנד פֿאַר פּראָגרעסיװער יודאַיזם‟.

דער פֿערטער געװינער האָט פֿרײַװיליק געאַרבעט לטובֿת דעם „פֿאַראײניקטן ישראל אַפּעל‟ אין װיקטאָריע, דעם סכנות, „מגן דוד אדום‟ און לאָקאַלע ייִדישע עמיגראַנטן פֿונעם געװעזענעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.