די ייִדישע אײַנוווינער פֿון „קראַון־הײַטס‟ זענען אויפֿגעטרייסלט געוואָרן נאָך דעם, וואָס אַ גרופּע קינדער האָט זונטיק אונטערגעצונדן אַן אויטאָבוס, וואָס איז געשטאַנען פֿאַר אַ „בית־רבֿקה‟־מיידל־שול.
דער אינצידענט איז פֿאָרגעקומען אַ ביסל פֿאַר 6 אַזייגער פֿאַרנאַכט, ווען פֿאַרבײַגייער האָבן אַלאַמירט די אָרטיקע „שומרים‟, ווי אויך דער פּאָליציי, אַז עס ברענט אַן אויטאָבוס אויף „ברוקלין־עוועניו‟, ניט ווײַט פֿונעם „ניו־יאָרקער עוועניו‟. די פֿײַערלעשער זענען גלײַך אָנגעקומען אָבער ס׳האָט געדויערט פֿופֿציק מינוט ביז דאָס פֿײַער איז, סוף־כּל־סוף, אויסגעלאָשן געוואָרן. לויט פֿאָטאָגראַפֿיעס און ווידעאָס פֿון דער סצענע איז דער אויטאָבוס, וואָס האָט ניט געטראָגן קיין העבערעיִשע אותיות אָדער בפֿירוש ייִדישע סימבאָלן, שטאַרק געשעדיקט געוואָרן.
אין אַ פֿילם, וואָס מע האָט אַרויפֿגעשטעלט אויף דער וועבזײַט CrownHeights.info, זעט מען ווי אַ גרופּע קינדער לויפֿט אַרײַן אינעם אויטאָבוס מיט קעסטלעך פֿון קאַרטאָן און ווי עס דערפֿלאַקערט זיך באַלד אַ פֿײַער אין מיטן פֿונעם אויטאָבוס. נאָך דעם וואָס די קינדער לויפֿן אַוועק קומען זיי באַלד צוריק און צינדן אָן אַ פֿײַער לעבן דעם שאָפֿער־זיץ. די קינדער לויפֿן נאָך אַ מאָל אַוועק פּונקט איידער דער פֿאָרנט פֿונעם אויטאָבוס ווערט פֿאַרכאַפּט פֿון פֿלאַמען.
באַאַמטע פֿון דער ניו־יאָריקער פּאָליציי האָבן אַנאָנים דערציילט אַ פּאָר ייִדישע נײַעס־וועבזײַטן, אַז מע האָט שוין אַרעסטירט איין קינד און מע זוכט נאָך די אַנדערע. אָפֿיציעל האָבן די פּאָליציי נאָך ניט באַשטעטיקט קיין אַרעסטן, שוין אָפּגערעדט פֿון אַ מאָטיוואַציע מצד די יונגע כוליגאַנען. אומאָפֿיציעל, אָבער, גיבן איבער אַ פּאָר נײַעס־קוואַלן, אַז די פּאָליציי האָט אָנגעקלאָגט דאָס 11־יעריקע ייִנגל מיט אַ שׂינאה־פֿאַרברעכן, דערקלערנדיק, אַז די קינדער האָבן בכּיוון אויסגעקליבן אַן אויטאָבוס, וואָס איז געווען פּאַרקירט פֿאַר אַ ייִדישער שול. די זעלביקע קוואַלן גיבן איבער, אַז די אַנדערע קינדער זענען צווישן 13 און 15 יאָר אַלט.
די אונטערצינדונג איז, ליידער, נאָר דער לעצטער אינצידענט אין אַ סעריע אָנפֿאַלן אויף ייִדן אין „קראַון־הײַטס‟. פֿרײַטיק האָבן אַ גרופּע פֿון 10 קינדער באַפֿאַלן אַ ישיבֿה־סטודענט און אים געשלאָגן מיט אַ מעטאַלענעם דרענגל. מענטשן זאָרגן זיך, אַז די צוויי אינצידענטן זענען דער אָנהייב פֿון אַ נײַער כוואַליע פֿון אַנטיסעמיטישע אַטאַקן אין אַ געגנט, וואָס האָט מיט יאָרן צוריק געליטן פֿון שווערע פּראָבלעמען און אַפֿילו גוואַלד־טאַטן צווישן די אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער און ייִדישע באַפֿעלקערונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.