מאָנטיק, דעם 9טן מײַ, האָט דער בוענאָס־אײַרעסער ייִשובֿ, אין איינעם פֿון די גרעסטע טעאַטער־זאַלן פֿון דער שטאָט, דערמאָנט דעם 73סטן אַניװערסאַר פֿון אויפֿשטאַנד אין װאַרשעװער געטאָ. עס האָבן באַקומען אַ װאָרט דער אַרגענטינער אינערן־מיניסטער ראָכעליאָ פֿריכעריאָ, דער פּרעזידענט פֿון דער דאַיאַ, אריאל כּהן־סבן און שׂרה רוס, פֿון דער שארית־הפּליטה.
פֿאָרשטייערס פֿון כּמעט אַלע פּאָליטישע ריכטונגען, אַ סך אַמבאַסאַדאָרן, פּראָװינץ־גובערנאַטאָרן, רעליגיעזע פֿאָרשטייערס פֿון קריסטלעכע רעליגיעס און אַפֿילו אַ פֿאָרשטייער פֿון איסלאַמישן צענטער זײַנען בײַגעװען דעם רירנדיקן אָװנט װאָס איז געװען אויך אַ מאַניפֿעסטאַציע קעגן איצטיקן שטײַגנדיקן אַנטיסעמיטיזם אויף דער װעלט.
אויך אין אַנדערע שטעט איבערן לאַנד זײַנען פֿאָרגעקומען ענלעכע דערמאָנונג־אַקטן.
„איך בין אויך געװען אַ קרבן פֿון נאַציזם און מען האָט מיך אויך אַרויסגעשיקט אין אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער, אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט אַנאַן, האָב איך איבערגעלעבט דעם חורבן.‟ דאָס דערציילט עװאַ שלאָס, האַלב־שװעסטער פֿון אַנאַ פֿראַנק אין איר בוך „נאָך אוישװיץ‟, װאָס דער פֿאַרלאַג „פּלאַנעט‟ האָט פּרעזענטירט אין בוענאָס־אײַרעס.
60 יאָר נאָך דער שוידערלעכער דערפֿאַרונג, האָט זי זיך באַטייליקט אויף זייער אַ סך באַערונגען פֿאַר איר האַלב־שװעסטער, אָבער זי האָט קיין מאָל נישט גערעדט װעגן טעראָר פֿון יענע יאָרן. עװאַ איז געבוירן געװאָרן אין װין אין 1919 אין אַ פֿאַרמעגלעכער משפּחה. װען היטלער איז געקומען צו דער מאַכט האָט זיך די משפּחה באַזעצט אין בריסל און נאָך דעם אין אַמסטערדאַם און זײַנען געװען שכנים פֿון אַנאַ פֿראַנק. „אין 30 יאָר אַרום װעט נישט בלײַבן בײַם לעבן קיין איינער װאָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן און דאָס בוך איז מײַן עדות. מײַן חלום איז אַז עמעצער זאָל עס אָפּראַטעװען נאָך מײַן טויט און זאָל צעטרייסלט װערן און זיך װוּנדערן װי די װעלט האָט אויסגעזען פֿאַרצײַטנס. אַז מען האָט פֿאַרפֿאָלגט מענטשן װײַל זיי זײַנען געװען ייִדן, נעגערס אָדער ציגײַנערס, מוסולמענער אָדער האָמאָסעקסואַלן. דאָס װעט אַ מאָל אויסזען לעכערלעך און נישט־מענטשלעך פּונקט װי הײַנט זעט־אויס די שקלאַפֿערײַ‟. איר בוך האָט שטאַרק אויסגענומען און די אַרגענטינער צײַטונגען האָבן געשריבן פּאָזיטיװ און רעקאָמענדירט דאָס בוך.
דאָס ערשטע מאָל װאָס העדאַ מאַרגאָליס־קאָװאַלי האָט אַלץ פֿאַרלוירן איז געװען אין 1941, װען די נאַציס האָבן פֿאַרנומען פּראָג און זי איז פֿאַרשיקט געװאָרן אין לאָדזשער געטאָ און נאָך דעם קיין אוישװיץ, װוּ אירע עלטערן זײַנען אומגעבראַכט געװאָרן. זי איז געבליבן בײַם לעבן נאָך שװערער שקלאַפֿאַרבעט אין דײַטשע פֿאַבריקן. דאָס צװייטע מאָל װאָס זי האָט אַלץ פֿאַרלוירן איז געװען װען זי האָט זיך אומגעקערט קיין פּראָג און מען האָט איר נישט אָפּגעגעבן די שטוב װאָס אַ טשעכישע משפּחה האָט צוגעגנבֿעט. זי איז געװען אַ קרבן פֿון נאַציזם און פֿון סטאַליניזם. נאָך דער מלחמח האָט זי חתונה געהאַט מיט רודאָלף מאַרגאָליס, זיך באַזעצט אין פּראָג װוּ ער איז געװען אַ מיטגליד פֿונעם קאָמוניסטישן רעזשים. ער איז דערשאָסן געװאָרן אין 1952 און שפּעטער „רעהאַביליטירט‟ געװאָרן. מיט סטאַלינען האָט זי אַלץ פֿאַרלוירן צום דריטן מאָל. אין אַ באַריכט װאָס זי האָט צוגעשטעלט אין 1963 דעם יוסטיץ־מיניסטעריום גיט זי אָן אַז זי האָט פֿאַרלוירן „עלטערן, דעם מאַן, איר כּבֿוד, געזונט, אַרבעט, די מעגלעכקייט צו פֿאַרענדיקן איר דערציִונג, אמונה אין דער פּאַרטיי און אין דער יוסטיץ‟. צום סוף גיט זי אויך אָן „דעם האָב־און־גוטס פֿון דער משפּחה, האָב איך אויך פֿאַרלוירן‟.
די טעג איז אויך פּרעזענטירט געװאָרן אינעם „ביכער יאַריד‟ איר בוך „אונטער אַן אכזריותדיקן שטערן‟, װאָס איז פּובליקירט געװאָרן אויף טשעכיש אין 1973 און װאָס באַשרײַבט איר לעבן צװישן 1914 און 1968. זי האָט זיך שפּעטער באַזעצט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן װוּ זי האָט געלעבט ביז 1996, זיך אומגעקערט אין פּראָג װו זי איז געשטאָרבן אין 2010. איר בוך איז אַ שאַרפֿע קריטיק דעם נאַצישן און קאָמוניסטישן טאָטאַליטאַריזם. „װען די אידעאָלאָגיע װערט דאָס װיכטיקסטע, באַזײַטיקט מען דעם מענטשן‟. איר בוך איז אויך ברייט קאָמענטירט געװאָרן אין דער אַרגענטינער פּרעסע אין אַן איבערגאַנג פּראָצעס צװישן דער פּאָליטישער אידעאָלאָגיע פֿון דער פֿריִערדיקער פּרעזידענטין קריסטינאַ פֿערנאַנדעז־קירכנער צו דעם איצטיקן פּרעזידענט מאַוריציאָ מאַקרי, אין דער צײַט װען מען האָט דערמאָנט דעם חורבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.