אין דער רובריק לערנען מיר זיך דעם טײַטש פֿון געשמאַקע פּויליש־ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן, וואָס יצחק באַשעוויס זינגער האָט געניצט אין זײַן ראָמאַן „פֿאַמיליע מושקאַט‟.
דער בעסטער אופֿן צו קענען גוט ייִדיש איז, פֿאַרשטייט זיך, געבוירן צו ווערן פֿאַרן חורבן אין מיזרח־אייראָפּע.
נאָר אַזוי ווי מיר הײַנטיקע דורות האָבן אַזאַ זכיה נישט געהאַט, מוזן מיר זיך לערנען דער הויפּט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. און דאָ שטייען מיר פֿאַר אַ פּאַראַדאָקס: אויף באמת צו פֿאַרשטיין די ייִדישע ליטעראַטור מוז מען פֿריִער באַרײַכערן ס׳לשון, אָבער באַרײַכערן ס׳לשון קען מען ערשט ווען מע פֿאַרשטייט וואָס מע לייענט.
הייסט עס, אַז פֿון סתּם לייענען וועט מען נישט קליגער ווערן. נישט נאָר די בעסטע שרײַבערס דאַרף מען זיך צולערנען — ווי ס׳איז שוין אויסגעקומען אָנצוּווײַזן, קענען מיר בײַ אונדזער הײַנטיקן מצבֿ זיך לערנען פֿון יעדן שרײַבער. אין די צוויישפּראַכיקע ווערטערביכער געפֿינט מען היפּשע פֿראַזעס און אידיאָמען, וואָס מע קען נישט אָדער וואָס מע קען בלויז פּאַסיוו, אָבער מע דאַרף זיך אָנטאָן אַ כּוח צו מאַכן פֿון פּאַסיוו — אַקטיוו.
אין דער נײַער רובריק וועלן מיר שעפּן שפּראַכוואַרג פֿון די בעסטע ייִדישע שרײַבערס, אָנהייבנדיק מיט יצחק באַשעוויס זינגערס ראָמאַן, „פֿאַמיליע מושקאַט‟. איז גענוג אַ בלעטער צו טאָן אין איין קאַפּיטעלע פֿון דעם ראָמאַן צו געפֿינען אַ ים מיט ניצלעכע און קאָליריקע אויסדריקן. מילא, פֿון זײַן דערציילקונסט אין דאָך שוין אָפּגערעדט — מע זעט וואַרשע ממש פֿאַר די אויגן. נאָר אים געראָט אַזוי קלאָר צו באַשרײַבן וואַרשע נישט נאָר אַ דאַנק דער קונסט, נאָר אויך אַ דאַנק דער שפּראַך.
אינעם ערשטן קאַפּיטעלע רעדט זיך וועגן ר׳ משולם מושקאַט, דער פּאַטריאַרך פֿון דער משפּחה. דערוויסן מיר זיך, אַז „ס׳איז נישט געווען זײַן געוווינהייט אָפּצוגעבן עמעצן אַ חשבון“. אויף ענגליש וואָלט מען דאָ געזאָגט he didn’t feel he owed anyone an explanation.
אָבער „אָפּגעבן זיך אַ חשבון“ איז אויך טײַטש „באמת פֿאַרשטיין‟: „איר גיט זיך נישט אָפּ קיין חשבון ווי שלעכט ס׳איז בײַ די גרעקן“.
ווײַטער: „ערשט אין מיטן אלול איז אָנגעקומען אַ טעלעגראַמע אויף ר׳ משולמס אַדרעס אין וואַרשע, אַז ער קומט צו פֿאָרן און — ווען מע זאָל אים אָפּוואַרטן“. דאָס ווערטל „ווען מע זאָל אים אָפּוואַרטן‟ איז טײַטש „ווען ער ריכט זיך, אַז מע זאָל אים אָפּנעמען‟.
„ר׳ משולם האָט געטראָגן מיט זיך איין קליין צעקנייטשט רענצל, געדיכט אַרומגעקלעפּט מיט קוויטלעך פֿון די צאָלאַמטן“. דאָ איז זייער וויכטיק דער פּרעפֿיקס „אַרומ־“ אינעם וואָרט „אַרומגעקלעפּט‟. פּונקט ווי „אַרומקלעפּן“ איז טײַטש „באַקלעפּן, באַדעקן אַרום און אַרום מיט עפּעס קלעפּיקס“, איז, למשל, „אַרומטאַפּן“ טײַטש „טאַפּן אַרום און אַרום, באַטאַפּן פֿון אַלע זײַטן“, ווי, למשל: „כּדאַי גוט אַרומצוטאַפּן דעם אַנאַנאַס, איידער דו קויפֿסט אים“.
„דעם גרויסן קופֿערט מיט די מעשענע רייפֿן האָט ער געהאַט אויפֿגעגעבן אויפֿן באַגאַזש“. דער אידיאָם „אויפֿגעבן אויפֿן באַגאַזש‟ מיינט דאָ פּראָסט־און־פּשוט checked baggage.
„די פֿרויען האָבן געהאַט מיט זיך אַ סך וואַליזעס, רענצלעך, פּעקלעך. עס איז נישט געווען גענוג אָרט אין דער קאַרעטע וווּ דאָס אַלץ אַהינצוטאָן“: There wasn’t enough room in the coach to put it all. „אַהינטאָן“ איז אַ סך בילדערישער ווי פּשוט „אַרײַנלייגן‟. מע קען אויך זאָגן: „כ׳ווייס נישט וווּ זיך אָהינצוטאָן“, וואָס איז טײַטש: איך קען זיך נישט געפֿינען קיין אָרט צווישן די מענטשן דאָ.
„לייבל … פֿורמאַן איז נישט געווען קיין שעמעוודיקער. פֿונדעסטוועגן איז ער רויט געוואָרן בײַם אָנבליק פֿון די געסט און האָט ווי פֿאַרלוירן דאָס לשון“. „פֿאַרלירן דאָס לשון‟ איז טײַטש: „ער האָט נישט געוווּסט וואָס צו זאָגן‟.
און פֿאַרקערט, „גיב לשון!“ הייסט: „נו, זאָג שוין אויס דעם סוד!‟
„אין די לעפּלעך פֿון די אויערן האָבן זיך געבאָמבלט לאַנגע אוירינגען מיט שוואַרצע שטיינדלעך, וואָס האָבן געציטערט ווי געגליווערטס“. דאָ באַשרײַבט ער וואָס מע רופֿט אויף ענגליש dangling earrings. דאָס וואָרט „באָמבלען זיך‟ קען מען אויך ניצן אינעם אויסדרוק: „מיר באָמבלט זיך אין קאָפּ“, וואָס איז טײַטש „עפּעס געדענק איך, אָבער כ׳בין נישט אין גאַנצן זיכער…‟
„געגליווערטס“ האָט אַ סך סינאָנימען: פּעצע, פֿיס, פֿיסנאָגע, דרעליע, פּעטשאַ און נאָך און נאָך; דאָס זענען די געקאָכטע קעלבערנע פֿיסלעך, ענלעך צו „דזשעלאָ‟, וואָס ציטערט טאַקע, אַז מע רירט עס אָן.
די פֿרויען — ר׳ משולמס דריט ווײַב מיט איר טאָכטער — דערזעען צום ערשטן מאָל וואַרשע, רופֿט זיך אָן ס׳ווײַב: „קיין עין־הרע אַ כּרך, האַ?“ אַ כּרך איז דאָך אָ גרויסע שטאָט; צי אָט די ייִדענע האָט באמת מורא פֿאַר אַן עין־הרע, צי דאָס איז בײַ איר געווען אַ קאָמפּלימענט פֿאַר דער שטאָט ווייס איך נישט, נאָר ס׳איז אַלץ איינס. אָט פֿלעג מײַן טאַטע ע״ה קיין מאָל נישט זאָגן אויף אַ קינד, אַז ס׳איז שיין, נאָר אַלע מאָל דווקא, אויף ענגליש, „אַ מיאוסקייט!“ כ׳ווייס, אַז אין אַן עין־הרע האָט ער נישט געגלייבט, נאָר פֿאָרט האָט ער גערעדט ווי ער וואָלט יאָ געגלייבט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.