אין רוסלאַנד איז געפּראַוועט געוואָרן דער טאָג פֿון דעם נצחון אין דער צווייטער וועלט־מלחמה — דער 9טער מײַ. דאָס איז איינער פֿון די וויכטיקסטע טעג אין רוסלענדישן קאַלענדאַר: די מלחמה האָט זיך געפֿירט אויף דער טעריטאָריע פֿון דעם לאַנד; מיטגלידער פֿון מערערע משפּחות האָבן געקעמפֿט אויפֿן פֿראָנט; עלטערע מענטשן געדענקען נאָך די נאַציסטישע אָקופּאַציע. ס’איז אי אַ יום־טובֿ, אי אַ טאָג פֿון דעם זכּרון: אין דער מלחמה זענען אומגעקומען 27 מיליאָן סאָוועטישע בירגער, בתוכם אַרום 3 מיליאָן ייִׅדן. איצט, ווען די מלחמה איז שוין לאַנג אַוועק, און די צאָל פֿון לעבן־געבליבענע וועטעראַנען איז שוין ניט גרויס (די ייִׅנגסטע פֿון זיי זענען אַרום 90), ווערט די מלחמה אין רוסלאַנד מיטאָלאָגיזירט. די דאָזיקע טעמע איז ברייט געניצט אין דער מלוכישער פּראָפּאַגאַנדע. פֿונדעסטוועגן בלײַבט דער 9טער מײַ דער גרעסטער יום־טובֿ.
אין יערלעכן פּאַראַד וואָס קומט פֿאָר אויפֿן רויטן פּלאַץ האָבן אָנטייל גענומען דער הויפּט־רבֿ פֿון רוסלענדישן חב״ד, ר׳ בערל לאַזאַר און דער פֿאָרזיצער פֿון דער פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות — אַלכּסנדר באָראָדאַ.
אויף מערערע אינטערנעץ־זײַטן, בתוכם זײַטן פֿון ייִדישע קהילות, זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אינטערוויוען מיט די לעבן־געבליבענע וועטעראַנען און געליטענע פֿונעם חורבן. אלכּסנדר באָראָדאַ האָט זיך געוואָנדן צו די ייִׅדישע וועטעראַנען און באַגריסט זיי צו דעם יום־טובֿ.
צו די אַנדערע נײַעס: דער רוסלענדישער ייִדישער קאָנגרעס האָט אָרגאַניזירט אַן אָוונט לכּבֿוד דעם רוסיש־ייִדישן דיכטער שמואל (סאַמואיל) מרש״ק. מרש״’ק האָט זיך באַרימט ווי אַן איבערזעצער פֿון אייראָפּעיִשער פּאָעזיע אויף רוסיש און ווי אַ סאָוועטישער קינדער־דיכטער, אָבער ער האָט אויך געשריבן אויף העברעיִש און אויף ייִׅדיש, און איבערגעזעצט פֿון העברעיִש און ייִׅדיש אויף רוסיש. אין זײַנע יונגע יאָרן איז ער געווען אַ ציוניסט, און זײַן ערשטן ציקל לידער האָט ער אָנגעשריבן אין ישׂראל און אָנגערופֿן „סיאָנידי‟ — דהיינו, „לידער פֿון ציון‟. דער אָוונט לכּבֿוד מרש״ק איז פֿאָרגעקומען אין ירושלים. דיכטער, קולטור־טוער און פּאָליטיקער האָבן פֿאָרגעלייענט מרש”קס לידער אויף די 3 שפּראַכן.
אַ ידיעה פֿון סמאָלענסקער געגנט: דאָרטן, אין אַ קליין שטעטל וויאַזאָווענקע, האָבן די וואָלאָנטירן אויסגעסדרט דאָס היגע בית־עלמין. אין 1942 איז וויאַזאָווענקע געוואָרן אַן אָרט, וווּ עס זענען דערשאָסן געוואָרן אַן ערך 3,000 ייִׅדן פֿון סמאָלענסקער געגנט. זיי זענען באַגראָבן געוואָרן אין אַ טראַנשיי. שפּעטער האָט מען דאָרטן באַגראָבן אויך אַנדערע מענטשן, געהרגעטע פֿון די נאַציסטן, — פּאַרטיזאַנער, ציגײַנער, סאָלדאַטן. דאָס בית־עלמין איז געווען אין אַ שלעכטן צושטאַנד — און די וואָך האָט אַ גרופּע פֿרײַוויליקע, בתוכם פֿאַרטרעטער פֿון נאַציאָנאַלע קהילות, עס גערייניקט און געפּוצט. מע האָט אויך געבראַכט אַ שטיין מיט אַ טאָוול לזכר די אומגעקומענע — ער וועט אַנטפּלעקט ווערן אויף אַ טרויער־צערעמאָניע דעם 22סטן יוני, אין דעם טאָג ווען נאַציסטישע דײַטשלאַנד איז באַפֿאַלן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.
אַן אַנטיסעמיטישער אינצידענט אין רוסלאַנד: אין טשעליאַבינסק, אויף די נאָמיניר־וואַלן פֿון דער פּאַרטיי „איינהייטלעכע רוסלאַנד‟ (די שטאַרקסטע און כּמעט די איינציקער פּאַרטיי אין רוסלאַנד) האָט אַ דעפּוטאַט פֿון דער פּאַרטיי, וולאַדיסלאַוו וויכאָרעוו, דערקלערט אַז דאָס רוסישע פֿאָלק האַלט בײַם שטאַרבן צוליב אַ „ייִדישער פֿאַרשווערונג‟, וואָס איז פֿאָרגעקומען בעת באָריס יעלצינס פּרעזידענט־קאַדענץ. ר’ בערל לאַזאַר האָט זיך געוואָנדן צו דעם פּרעמיער־מיניסטער און פֿאָרזיצער פֿון „איינהייטלעכן רוסלאַנד דמיטרי מעדוועדעוו, מיט אַ בקשה צו באַשטראָפֿן דעם אַנטיסעמיט. די וואָך האָט ער באַקומען אַן ענטפֿער פֿון דער פּאַרטיי: וויכאָרעוו האָט באַקומען אַ וואָרענונג, אַז אויב ער וועט זיך דערלויבן אַן אַנטיסעמיטישע אַגיטאַציע צום צווייטן מאָל, וועט ער אויסגעשלאָסן ווערן פֿון דער רשימה פֿון קאַנדידאַטן. קיין שטראָף האָט ער ניט באַקומען.
און די לעצטע ידיעה אויף הײַנט: אין דעם נײַעם מאָסקווער ייִׅדישן מוזיי איז מען ממשיך די אויסשטעלונג, געווידמעט דעם סאָוועטישן אַוואַנגאַרד. אין אירע ראַמען איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַן עקסקורסיע — דער וועגווײַזער איז געווען דער קוראַטאָר פֿון דער אויסשטעלונג, פּראָפֿעסאָר פֿון קונסט-פֿאָרשונג, אַנדריי סאַראַביאַנאָוו. ער האָט דערציילט וועגן די הויפּט-ריכטונגען פֿון סאָוועטישן אַוואַנגאַרד און דער געשיכטע פֿון דער אויסשטעלונג גופא. אַחוץ דעם איז פֿאָרגעקומען אַ לעקציע, געווידמעט איינעם פֿון די סאָוועטישע ייִדישע אַוואַנגאַרדיסטן — לעוו יודין, דער סטודענט פֿון קאַזימיר מאַלעוויטש.
ביז איצט — ייִדישע ידיעות פֿון מאָסקווע…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.