נוסח „אָפּער־וועסט־סײַד‟

Upper West Side Story


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published May 15, 2016, issue of May 27, 2016.

דער ערשטער אַרטיקל מײַנער וואָס איז דערשינען נאָך דעם וואָס איך בין געוואָרן אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער אין „פֿאָרווערטס‟ האָט געטראָגן דאָס קעפּל „אין מלכות פֿון די היפּסטערס‟. אינעם אַרטיקל האָב איך געגעבן מײַנע אײַנדרוקן פֿון דער גאָר־עקצענטרישער און משונה־טײַערער געגנט וויליאַמסבורג. איצט, צוליב דעם וואָס איך האָב פֿאַרלאָזט וויליאַמסבורג און איך וווין שוין אַ פּאָר חדשים אויפֿן „אָפּער־וועסט־סײַד‟, האַלט איך, אַז ס׳איז כּדאַי צו באַשרײַבן מײַן נײַעם אַרום בכלל און זײַן ייִדישן לעבן בפֿרט.

ווי אַ קינד אין פֿילאַדעלפֿיע, וואָס איז צו יענער צײַט בכלל געווען אַן אָרעמע און געפֿערלעכע שטאָט, אָן קיין סך באַקוועמלעכקייטן, האָט גאַנץ ניו־יאָרק מיר אויסגעזען ווי עפּעס אַן אַנדער לאַנד, אַ מקום־מיקלט פֿאַר די גבֿירים און אַ שפּילפּלאַץ פֿאַר די באַרימטע פּערזענלעכקייטן. איך האָב, פֿאַרשטייט זיך, געהאַט זייער אַ פֿאַלשן אײַנדרוק פֿונעם „גרויסן עפּל‟. עס וווינען דאָ דאָך מיליאָנען אָרעמע און כּמעט־אָרעמע מענטשן און ניט געקוקט אויף דעם, וואָס די שטאָט פֿאַרמאָגט אָן אַ שיעור עשירות אין פֿאַרגלײַך מיט מײַן היימשטאָט (שוין אָפּגערעדט פֿון גוטע עפֿנטלעכע שולן, ביבליאָטעקן און מוזייען), לײַדט ניו־יאָרק אויך פֿון זייער אַ סך צרות. צענדליקער טויזנטער מענטשן פֿאַרלירן יעדעס יאָר זייערע וווינונגען צוליב דער „גענטריפֿיקאַציע‟ און מוזן דערפֿאַר פֿאַרלאָזן די שטאָט. די אונטערבאַנען פֿאָרן אַלץ פּאַמעלעכער און דאַרפֿן פֿאַרראָכטן ווערן אַלץ אָפֿטער. און אַוודאי איז דאָ די שטענדיקע צרה פֿון די היימלאָזע, וואָס בעטלען אומעטום און האָבן ניט וווּ צו נעכטיקן אָדער גענוג געלט צו קויפֿן אַ שטיקל ברויט.

ניט געקוקט אויף דעם, וואָס מײַן קינדערישע פֿאַנטאַזיע פֿון ניו־יאָרק איז געווען אַ פֿאַלשע, פֿילט דער „אָפּער־וועסט־סײַד‟ יאָ ווי אַ מין מקום־מיקלט, וווּ מע קען זיך באַהאַלטן פֿונעם רעש און זשום פֿון דער שטאָט. אין פֿאַרגלײַך מיטן היפּסטערישן וויליאַמבסורג איז עס ממש שטיל און איידל. איין סיבה דערפֿאַר איז ווײַל להיפּוך צו וויליאַמסבורג, וווּ עס וווינען כּמעט אויסשליסלעך יונגע־לײַט, איז דער „אָפּער־וועסט־סײַד‟ באַפֿעלקערט פֿון מענטשן פֿון אַלע עלטערס, איבערהויפּט זקנים און יונגע משפּחות מיט קליינע קינדער.

אַזוי ווי אין וויליאַמסבורג, איז דאָ אַ גרויסער אונטערשייד צווישן די נײַ־געקומענע און די אַלט־געזעסענע, אָבער אַנשטאָט אַ קאָנקורענץ צווישן די אָרעמע אײַנגעוואָרצלטע תּשובֿים און די רײַכע „גענטריפֿיצירער‟, זענען ביידע באַפֿעלקערונגען אויפֿן „אָפּער־וועסט־סײַד‟ רײַך, נאָר אויף באַזונדערע אופֿנים. ס׳רובֿ פֿון די אַלט־געזעסענע תּשובֿים פֿאַרמאָגן שוין עטלעכע דירות אָדער הײַזער. צוליב דעם וואָס די פּרײַזן פֿונעם גרונטאייגנס אין ניו־יאָרק האָבן געשטיגן אויף אַ קאָלאַסאַלן אופֿן, זענען די דאָזיקע „אָפּער־וועסט־סײַדניקעס‟ אַ סך רײַכער געוואָרן אין די לעצטע צוואַנציק יאָר. די נײַ־געקומענע ציִען זיך שוין אַרײַן מיט געלט און קלײַבן אויס דירות אין נײַע בנינים, וואָס האָבן ניט די אַלטמאָדישע סאָפֿיסטיצירטקייט פֿון די עלטערע געבײַדעס אָבער פֿאַרמאָגן יאָ זייער אַ סך אויסגעפּוצטע באַקוועמלעכקייטן אַזוי ווי ספּאָרט־זאַלן און שווים־באַסיינען.

נאָך די צוויי גרופּעס „גבֿירעמלעך‟ פֿאַרמאָגט די „אָפּער־וועסט־סײַד‟ נאָך אַ גרופּע: יונגע־לײַט, וואָס דינגען פּיצינקע דירות און טיילן זיך מיט זייערע שלאָפֿצימערן. ס׳רובֿ פֿון די יונגע־לײַט זענען דווקא מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע ייִדן, וואָס לערנען זיך אין „קאָלומביע‟־אוניווערסיטעט אָדער „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟ צי אַפֿילו אין „ישיבֿה־אוניווערסיטעט‟. אין דער קאַטעגאָריע געפֿינט מען אויך אַ סך יונגע חתונה־געהאַטע פּאָרפֿעלקער, וואָס קוועטשן זיך אַרײַן אין דירות, וואָס מע האָט לכתּחילה געבויט פֿאַר איין מענטש.

אַז מע שפּאַצירט אויף דער גאַס, באַמערקט מען ווי אַ סך פֿון די מענטשן אין דער געגנט גיבן זיך אָפּ מיטן האָדעווען הינט אָדער קינדער. עס זעט אויס, אַז יעדער צווייטער מענטש שטופּט אַ וועגעלע מיט אַ קינד אָדער גייט מיט אַ הונט אויף אַ שטריק. אַ מאָל זעט מען טשיקאַווע וואַריאַציעס דערפֿון: מענטשן וואָס האָבן ניט קיין צײַט אַליין צו גיין מיט זייערע הינט דינגען פּראָפֿעסיאָנעלע „הינט־שלעפּער‟, וואָס גייען מיט עטלעכע און אַפֿילו צענדליקער הינט מיט אַ מאָל. פֿון דער אַנדערער זײַט זעט מען עפּעס ענלעך מיט די קינדער: מענטשן באַצאָלן נאַניעס צו פֿירן זייערע קינדער אין שול אַרײַן. ס׳איז ניט קיין נאָווינע צו זען, אַז אַ נאַניע זאָל טאָן ביידע מיט אַ מאָל: די נעבעכדיקע פֿרוי דאַרף פֿירן אַ פּאָר קינדער אין שול אַרײַן און צו דער זעלביקער צײַט מיטברענגען דעם באַלעבאָס׳ הינט. איין מאָל האָב איך טאַקע געזען, ווי אַ פֿרוי גייט מיט אַ קינד אויף אַ שטריק בשעת זי שטופּט דעם ייִנגלס וועגעלע, אין וועלכן ס׳איז געזעסן אַ הונט!

להיפּוך צי די פֿרומע ייִדן אין וויליאַמסבורג, וואָס פֿאַרמאָגן בכלל ניט קיין שטוב־חיות און האָבן אָפֿט מורא פֿאַר הינט, זעט מען גאַנץ אָפֿט אויפֿן „אָפּער־וועסט־סײַד‟ ווי אַ פֿרומער ייִד גייט מיט זײַן הונט. איך געדענק בפֿירוש דאָס ערשטע מאָל, וואָס איך האָב געזען ווי אַ „ישיבֿישער‟ ייִד גייט שפּאַצירן מיט אַ הונט. געהאַט האָט ער אַ „שיוואַוואַ‟ אויף אַ שטריק. צו יענער צײַט איז געווען אַ סך שניי אויף דער גאַס און דאָס הינטעלע האָט, נעבעך, געדאַרפֿט טראָגן קליינטשיקע שטיוועלעך אָפּצוהיטן זײַנע לעפּעלעך פֿונעם קעלט. איך האָב אַ קוק געטאָן אויפֿן פֿרומען ייִד און דערנאָך אויף זײַן הינטלס שטיוועלעך און איך האָב ממש געקענט הערן, ווי זײַנע אָבֿות קוקן זיך אויף אים אין הימל געפּלעפֿט און שושקענען צווישן זיך וועגן זײַן „גוייִשן נחת‟.

אַחוץ די ישיבֿישע ייִדן זענען ס׳רובֿ פֿון די פֿרומע ייִדן לעבן מײַן דירה מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע פֿון פֿאַרשידענע שניטן. צוליב דעם וואָס איך בין אַ סך מער באַקאַנט מיט דער חסידישער וועלט און מיט די וועלטלעכע ייִדן האַלט איך אַז איך כאַפּ מסתּמא ניט געוויסע קנייטשן, וואָס שייך די אונטערשיידן צווישן די פֿאַרשידענע גרופּעס. ס׳איז מיר יאָ קלאָר, אַז כּמעט אַלע האָבן זיך געלערנט סײַ אין די ייִדישע טאָגשולן, סײַ אין אוניווערסיטעטן, און אַז זיי זענען באַהאַוונט אין דער אַמעריקאַנער און דער תּורהדיקער וועלט. פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור זעט מען אָבער בײַ זיי ניט קיין סך שפּורן. אַזוי ווי בײַ ס׳רובֿ אָרטאָדאָקסן אין אַמעריקע געפֿינט מען, אַז די כּשרע רעסטאָראַנען אויפֿן „אָפּער־וועסט־סײַד‟ פֿאַרקויפֿן געוויינטלעך צווייט־ראַנגיקע אַמעריקאַנער, יאַפּאַנעזישע און איטאַליענישע עסן אָבער פֿאַרמאָגן ניט קיין ייִדישע מאכלים. אַז מע וויל עסן ייִדישע מאכלים דאַרף מען אָדער עסן ניט־כּשר, אָדער גיין אײַנקויפֿן אין אַ „דעלי‟ און עסן בײַ זיך אין דער היים.

די באַקאַנטסטע ערטער, וווּ מע קען קריגן היימיש ייִדיש־עסן אין דער געגנט זענען דער רעסטאָראַן „באַרני גרינגרעס‟ און דער דעליקאַטעסן „זאַבאַרס‟. „באַרני גרינגרעס‟ איז באַרימט, קודם־כּל, פֿאַר זײַנע באַטעמטע פֿיש אָבער ער פֿאַרמאָגט אויך אַ גרויסן אויסוואַל פֿון בייגל און אַ סך קלאַסישע ייִדישע שפּײַזן אַזוי ווי קוגל, בלינצעס, לאַטקעס און קנישעס. שבת באַמערקט מען, ווי דער רעסטאָראַן ווערט אָנגעפֿילט מיט הונדערטער וועלטלעכע ייִדן, וואָס קומען פֿון אַנדערע געגנטן, כּדי צו געניסן פֿון אַ „ייִדישן פֿרישטיק‟. אַחוץ דעם וואָס מע עסט שבת אין אַ רעסטאָראַן וואָלטן אונדזערע אָבֿות אין שטעטל געווען פֿרעמד די אַלע מינים פֿיש: דאָרטן קען מען באַשטעלן ניט בלויז פֿאַרשידינע סאָרטן לאַקס, נאָר אויך באַליק, סויבל, אַ סך מינים הערינג און קאַוויאַר. די פּרײַזן זענען אויך, פֿאַרשטייט זיך, אַ סך טײַערער ווי אינעם אַמאָליקן שטעטל.

אין „זאַבאַרס‟, אָבער, פֿילט מען ווי מע איז באמת אין עפּעס אַ מאָדערנעם שטעטל. דער סופּערמאַרק, וואָס פֿאַרקויפֿט סײַ געשמאַקע כּשרע ייִדישע מאכלים, סײַ די געוויינטלעכע אַמעריקאַנער עסן פֿון אַ גאַנץ יאָר (טייל כּשר, טייל נישט), איז שטענדיק אָנגעפּאַקט מיט עלטערע ייִדן, וואָס רעדן הויך אויף אַ קול וועגן די לעצטע פּאָליטישע געשעענישן אין אַמעריקע און ישׂראל און וועגן דעם, וואָס עס מאַכן זייערע אייניקלעך. יאָרן לאַנג האָב איך געהערט וועגן דעם באַקאַנטן „זאַבאַרס‟ (מע מאַכט חוזק פֿון אים אויף „סײַנפֿעלד‟ און אַנדערע פּאָפּולערע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען), אָבער דאָס ערשטע מאָל וואָס איך בין געגאַנגען אײַנקויפֿן אין „זאַבאַרס‟ איז געווען בלויז מיט אַ יאָר צוריק.

איך וועל קיינמאָל ניט פֿאַרגעסן מײַן ערשטע מאָל אין „זאַבאַרס‟, אַ דאַנק איין אינצידענט. איך האָב געהאַלטן אין איבערקוקן אַ ריי חלות ווען אַן עלטערער ייִד איז געקומען לעבן מיר באַגלייט פֿון זײַן אייניקל, אַ פֿרוי אין אירע צוואַנציקער. זי האָט איבערגעקוקט די פֿאַרשידענע חלות און מיטאַמאָל געזאָגט, „קוק זיידע, אָט איז אַ חלה, וואָס מע האָט געמאַכט אָן קיין שום אייער אָדער גלוטען‟. האָט איר זיידע געענטפֿערט מיט אַ טיפֿן ייִדישן אַקצענט: That is a damn atrocity (דאָס איז אַ גרויזאַמער בזיון!).

אַחוץ די הײַנטיקע ייִדישע אײַנוווינער פֿון דער געגנט זעט מען געוויסע שפּורן פֿון אַן אַנדער תּקופֿה, ווען דער געגנט איז געווען פֿול מיט ייִדיש־רעדנדיקע. ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, בין איך ניט דער ערשטער מיטאַרבעטער אין „פֿאָרווערטס‟ צו וווינען אויפֿן „אָפּער־וועסט־סײַד‟. אַ טייל פֿון דער 86סטער גאַס האָט מען אַ נאָמען געגעבן נאָך יצחק באַשעוויס־זינגער און ס׳איז מיר גוט צו טראַכטן, אַז איך פֿאָר מיט דער זעלביקער באַן צו דער אַרבעט מיט וועלכן ער איז אַמאָל געפֿאָרן. דערצו פֿאַרקויפֿט מען נאָך אַלץ דעם „פֿאָרווערטס‟, ווי אויך דעם „אַלגעמיינעם זשורנאַל‟ בײַ אַ סך קיאָסקן אויפֿן „אָפּער־וועסט־סײַד‟ און ס׳איז זייער פּאַסיק, וואָס מע קען קויפֿן אַ ייִדישע צײַטונג אויף „יצחק באַשעוויס־זינגער‟־בולוואַר.

די ייִדישע שפּראַך, אָבער, הערט מען כּמעט בכלל ניט און אַז מע הערט זי יאָ איז עס מסתּמא ניט פֿון קיין עלטערע ייִדן פֿון דער אַלטער היים, נאָר פֿון די יונגע בעל־הבתּישע חסידישע משפּחות, וואָס ציִען זיך צוביסלעך אַרײַן אינעם געגנט. איך קען זיך ניט פֿאָרשטעלן, אַז דער „אָפּער־וועסט־סײַד‟ וועט אַמאָל ווערן נאָך אַ באָראָ־פּאַרק צי חסידישער וויליאַמסבורג. איך האָף, אָבער, אַז גענוג „היימישע‟ ייִדן וועלן אַהערקומען, אַז זיי וועלן כאָטש עפֿענען אַ רעסטאָראַן מיט באַטעמטע עכט־ייִדישע מאכלים, וואָס זענען אויך כּשר.

אַבי זיי אַסימילירן זיך, חלילה, ניט צו די געוווינהייטן פֿון דער געגנט אויף אַזוי ווײַט, אַז זיי הייבן אָן צו גייען שפּאַצירן מיט „טשיוואַוואַס‟.