ד״ר קאַראָלינע שימיאַנעק, דער געהילף־פּראָפֿעסאָר בײַם „ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט‟ אין װאַרשע, איז געקומען קײן מעלבורן, אױסטראַליע, װי דער יערלעכער גאַסט פֿון דער אָרגאָניזאַציע „ייִדיש אױסטראַליע‟. ד״ר שעמיאַנעק איז לעצטנס פּרעמירט געװאָרן פֿאַר איר אױספֿאָרשונג פֿונעם פּױליש־ייִדישן זשורנאַליסט און אַרכיװיסט רחל אױערבאַך. זי האָט גערעדט אױף ייִדיש און אױף ענגליש װעגן דער הײַנטיקער לאַגע פֿון ייִדן און ייִדיש אין פּױלן און װעגן אױערבאַכס לעבן און שאַפֿן בײַ „ייִדיש אױסטראַליע“, „ייִדיש סוף־װאָך־אױסטראַליע“, בײַם ייִדישן מוזעום פֿון אױסטראַליע, בײַם ייִדישן אַרבעטער־בונד און די „קדימה‟.
דער אױסטראַלישער צענטער פֿאַר ייִדישער ציװיליזאַציע בײַם מאָנאַש־אוניװערסיטעט האָט געמאָלדן, אַז די זשעלעזניקאָװ משפּחה און דער „ייִדישער הילפֿס־פֿאָנד פֿון װיקטאָריע‟ האָבן זיך מנדר געװען פֿינאַנציעל, כּדי גראַדויִר־סטודענטן זאָלן קענען אױספֿאָרשן דאָקטאָראַטן װעגן די איבערלעבונגען פֿון סאָװעטיש־ייִדישע אימיגראַנטן אין אױסטראַליע.
די פֿאָנדן װערן געגעבן אין אָנדענק פֿון אַבֿרהמל זשעלעזניקאָװ. דער פֿאָרשטאָרבענער כּלל־טוער, געשעפֿטס־מאַן, לערער אין דער שלום־עליכם זונטיק שול, געװעזענער פּאַרטיזאַנער אין די נאַראָטשער װעלדער פֿון װײַסרוסלאַנד און דער זון פֿון די בונדישע אַקטיװיסטן עטל און יאַנקל זשעלעזניקאָװ האָט זיך זײער פֿאַראינטערעסירט בײַם לעבן אין דער לאַגע פֿון סאָװעטיש־ייִדישע אימיגראַנטן אין מעלבורן.
פּאַביאַניצער לאַנדסלײַט און זײער נאָכװוּקס זײַנען זיך צונױפֿגעקומען אָפּגעבן כּבֿוד די קדושים פֿונעם שטעטל פּאַביאַניצע אױף דער יערלעכער יזכּור־צערעמאָניע לעבן זײער מאָנומענט אױפֿן חבֿרה־קדישא בית־עולם אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט ספּרינגװײל.
פּאַביאַניצע געפֿינט זיך נישט װײַט פֿון לאָדזש. ס’רובֿ פֿון איר ייִדישער באַפֿעלקערונג האָט געשפּילט אַ ראָלע אין דער באַקלײדונג־אינדוסטריע פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה. די װעלכע זײַנען געבליבן לעבן נאָך דער ליקװידאַציע פֿונעם פּאַביאַניצער געטאָ האָבן געטײלט די לאַגע פֿון די אײַנװױנער פֿונעם לאָדזשער געטאָ בעת דער חורבן אײראָפּע.
אַ ירושלימער געריכט האָט געמשפּט אַז רביצין מלכּה לײפֿער װעט בלײַבן אין בני־ברק און װעט נישט װערן געשיקט צוריק קײן מעלבורן, כּדי געמישפּט צו װערן אין אױסטראַליע. רביצין לײפֿער װערט באַשולדיקט אין 74 פֿאַלן פֿון באַגײן סעקסועלע פֿאַרברעכנס קעגן תּלמידות אין דער מעלבורנער „עדת ישׂראל מײדלשול‟, װוּ זי האָט געדינט װי די פֿאַרװאַלטערין אײדער זי און איר משפּחה זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון אױסטראַליע אין 2008 מיט דער הילף פֿון דער שול־פֿאַרװאַלטונג.
שױן צװײ יאָר װי די אױספֿאָרשונגען גײען אָן אין ירושלים צו באַשטימען צי רביצין לײפֿער איז אומשטאַנד צוריקצופֿאָרן קײן אױסטראַליע, װי עס פֿאָדערט די אױסטראַלישע רעגירונג. רביצין לײפֿער איז די גאַנצע צװײ יאָר נישט געקומען אין געריכט. לױט איר אַדװאָקאַט, איז זי נישט אומשטאַנד געמישפּט צו װערן. איר אַדװאָקאַט האָט געבראַכט עדות אין געריכט אַרײַן װעלכע זאָגן אַז די רביצין לײַדט טאַקע פּסיכיאַטרישע עפּיזאָדן. אַ שטאַטישער פּסיכיאַטאָר איז מסכּים מיטן אינהאַלט פֿונעם אַדװאָקאַטס באַריכט. אַ נײַער באַריכט װעגן לײפֿערס פּסיכאָלאָגישן צושטאַנד און װי אַזױ צו באַגײן זיך מיט איר װעט ערשט פֿאַרעפֿנטלעכט װערן אין געריכט דעם 2טן יוני ה״י.
עס איז נישט קלאָר צי רביצין לײפֿער װעט װײַטער בלײַבן אונטער הױז־אַרעסט אין בני־ברק. דער קטגור האָט געפֿאָדערט אין געריכט, אַז זי זאָל דערװײַל אַרײַן אין אַ פּסיכיאַטרישן שפּיטאָל כּדי זי זאָל געהײלט װערן און זאָל דאַן קענען געמישפּט װערן.*
מעני װאַקס, אַן אױסטראַלישער בירגער װאָס װױנט איצט אין ישׂראל און רעדט אין נאָמען פֿון די געליטענע אין דעם פֿאַל, האָט אױך געפֿאָדערט, אַז רביצין לײפֿער זאָל געהײלט װערן אין שפּיטאָל און אַז זי זאָל נישט גײן צוריק צו איר װױנונג. ער זאָגט אַז ער האָט מורא אַז דער ענין װעט אַרױסגעװאָרפֿן װערן פֿון געריכט אין דער צוקונפֿט. ער האָט אױך באַטאָנט אַז די געליטענע לײַדן פֿון מרה־שחורה און אַנדערע גײַסטיקע קראַנקײטן צוליב די מיסברױכן װעלכע זײ האָבן געליטן און אױך צוליב דעם װאָס זײער ענין װערט נישט געהערט אין אַן אױסטראַליש קרימינעל געריכט.
אַ פֿאָרשטײער פֿון דער אױסטראַלישער אַמבאַסאַדע האָט נאָר געזאָגט צו זשורנאַליסטן נאָכן משפּט אַז „מיר באַמערקן דעם משפּט פֿונעם געריכט‟ און האָט מער נישט געזאָגט.
דאָס הױפּט געריכט פֿונעם שטאַט װיקטאָריע האָט געמישפּט דעם פֿאָריקן סעפּטעמבער אַז רביצין לײפֿער דאַרף באַצאָלן כּמעט 1.3 מיליאָן אױסטראַלישע דאָלאַרן צו אײנער פֿון די געליטענע װי די שטראָף פֿון אַ ציװילן מישפּט. דעם געליטענעמס שװעסטער האָט אױך געלאַדן מלכּה לײפֿערן אין ציװיל געריכט אין װיקטאָריע. די ציװילע שטראָף קען אָבער נישט דורכגעפֿירט װערן ביז לײפֿער װעט זיך אומקערן קײן אױסטראַליע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.