שבת דעם 14טן מײַ אין דער פֿרי, איז פֿון אונדז אַװעק די איבערגעגעבענע ליבהאָבערין און לערערין פֿון ייִדיש, דאָראָטעאַ גרעװע. זי איז געשטאָרבן צו 61 יאָר, און נישט נאָר איר משפּחה און די חבֿרים אירע, װאָלטן איר געװוּנטשן נאָך אַ סך געזונטע און שעפֿערישע יאָרן, נאָר אױך די גאַנצע ייִדיש־װעלט, װאָרעם מיט דאָראָטעאַן פֿאַרלירט זי אַן אױסערגעװײנטלעכע מבֿינטע און טוערין פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
זי איז געװען אי אַן אױסגעצײכנטע דאָצענטין, זינגערין און איבערזעצערין פֿון ייִדישער ליטעראַטור, אי אַ מענטש מיט אַ שטראַלנדיקן חן, נאָענט פֿאַרבונדן מיט פֿרײַנד און קאָלעגעס איבער דער גאָרער װעלט.
דאָראָטעאַ איז אױסגעװאַקסן אין אַ קריסטלעכער הײם אין ברעמען, צפֿון־דײַטשלאַנד. דער אָנהײב פֿון איר ליבשאַפֿט צו ייִדיש איז געװען די מוזיק. װי אַ סטודענטקע האָט זי זיך אַ מאָל צוגעהערט צו אַ פּראָגראַם אין ראַדיאָ מיט לידער פֿון טובֿה בן־צבֿין. דעמאָלט האָט זי נישט געװוּסט, אַז זי װעט זיך אַ מאָל באַגעגענען און חבֿרן מיט אָט־דער ישׂראלדיקער זינגערין, װאָס איז מיט יאָרן שפּעטער צופֿעליק געזעסן אין עולם אין בית־לײװיק, תּל־אָבֿיבֿ, װען דאָראָטעאַ האָט דאָרטן דערצײלט, װי אַזױ זי איז געקומען צו ייִדיש. אין טובֿה בן־צבֿיס לידער האָט זי, װי אַ יונג מײדל, דערפֿילט דעם באַזונדערן טעם פֿון דער ייִדישער שפּראַך און אָנגעהױבן זיך אינטענסיװ מיט איר צו באַשעפֿטיקן; קודם־כּל, שטודירט ייִדיש אין שטוטגאַרט און האַמבורג, און שפּעטער אין אָקספֿאָרד און בײַ מרדכי שעכטערן אין ניו־יאָרקער קאָלומביע־אוניװערסיטעט.
װי אַ ייִדיש־לערערין האָט דאָראָטעאַ פֿאַרמאָגט דעם װוּנדערלעכן טאַלאַנט יעדן אײנעם װאָס האָט זיך געלערנט בײַ איר אַרײַנצופֿלאַנצן אַן אמתדיקע באַגײַסטערונג און ליבשאַפֿט פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך. אירע פּעדאַגאָגישע פֿעיִקײטן זענען געװען זעלטענע, די קורסן אירע אַלע מאָל געװען לעבעדיק און שאַפֿעריש, אָנגעזאַפּט מיט גרױס ידענות.
העכער דרײַסיק יאָר האָט זי אָפּגעהאַלטן לעקציעס װעגן דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור אין האַמבורגער אוניװערסיטעט און געגעבן ייִדיש־קורסן אין היגער „פֿאָלקס־הױכשולע‟ (פֿאַקולטעט פֿאַר דערװאַקסענע). זי האָט אױך געלערנט ייִדיש אין „אורבינאָ־אוניװערסיטעט‟, איטאַליע, און בײַם אָקספֿאָרדער צענטער פֿאַר ייִדישע שטודיעס און אַלע יאָר געגעבן קורסן בײַם „ייִדיש־זומער װײַמאַר‟.
זי איז געװען צװישן די גרינדערס פֿון דער „שלמה־בירנבױם־געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער שפּראַך און קולטור‟ אין האַמבורג, און יאָרן לאַנג געװען איר פֿאָרזיצערין.
לעבן איר לערערײַ איז דאָראָטעאַ אױך געװען אַן אױסערגעװײנטלעכע מוזיקערין און זינגערין. זינט די 80ער יאָרן האָט זי געזונגען אין דער קאַפּעליע „פֿרײלעכס‟, װאָס איז געװען אײנע פֿון די ערשטע כּלי־זמר־קאַפּעליעס אין האַמבורג. חוץ דעם איז זי אַרױסגעטראָטן אינטערנאַציאָנאַל מיט איר קאַפּעליע „קאַראַהאָד” און געגעבן אַ סך קאָנצערטן אין דײַטשלאַנד.
זי האָט אָפֿט מאָל געאַרבעט מיט זינגערס און אַקטיאָרן אױף זײער ייִדישן אַרױסרײד און אַװעקגעלײגט אַלע כּוחות צו העלפֿן יעדן װאָס איז געקומען מיט עפּעס אַ פֿראַגע לגבי ייִדיש.
זי איז געװען פֿאַרבונדן מיט אַ סך ייִדישע שרײַבער און קולטור־טוערס איבער דער גאָרער װעלט. זי האָט איבערגעזעצט אױף דײַטש דאָס טאָגבוך פֿון דער װילנער געבױרענער ייִדישער שרײַבערין מאַשע ראָלניקײַטע ע׳׳ה און זי עטלעכע מאָל באַזוכט אין פּעטערבורג. אַחוץ דעם האָט זי געהאַט אַן אינטענסיװן אױסטױש מיט מישע לעװן ע״ה און אַלע מאָל אײַנגעשטאַנען בײַ אים װען זי איז געװען אין רחובֿות. אױף עטלעכע פֿון אירע רײַזעס קײן ישׂראל האָב איך זי אַלײן באַגלײט און מיט איר אין אײנעם צונױפֿגעשטעלט אַ פֿילם פֿון אינטערװיוען מיט ייִדישע שרײַבערס און קולטור־טוערס פֿון ישׂראל.
דאָראָטעאַ האָט יאָרן לאַנג געאַרבעט אױף אַן אַרײַנפֿיר אינעם ייִדישן אַלף־בית פֿאַר דײַטשיש־קענער, װאָס לערנען זיך ייִדיש.
װי אַ פּרי פֿון די דאָזיקע באַמיִונגען איז אַרױס אַ בוך אין 2013 „דער ייִדישער אַלף־בית טריט בײַ טריט‟.
פֿאַר מיר גײט אַװעק מײַן טײַערע חבֿרטע און באַליבטע ייִדיש־לערערקע, דאָראָטעאַ. איך בין געװען זײער גערירט, װען זי האָט מיר נאָך מיט אַ פּאָר טעג צוריק צונױפֿגעזוכט אירע װערטפֿולע ייִדיש־מאַטעריאַלן, װאָס זי האָט יעדן זומער מיטגענומען אין אַ באַזונדערער װאַליזקע קײן װײַמאַר.
זי האָט זיך מוטיק אַנטקעגנגעשטעלט דעם מיחוש און ביזן סוף אָפּגעהיט די ייִדישע שפּראַך װי אַ טײַער קינד.
פֿאַר מיר — און פֿאַר אַ סך אַנדערע, ניט נאָר אין דײַטשלאַנד — בלײַבט נאָך דעם אָנװער אַ װײטיקדיקער בלױז.
כּבֿוד איר אָנדענק!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.