דער הונדערטסטער יובֿל פֿון דער געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק האָט מען אָפּגעמערקט מיט אַן אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ אין פּעטערבורג אין 2008, און ערשט איצט איז אַרױס אַ זאַמלבוך מיט די רעפֿעראַטן.
װאָס איז אַזױנס ייִדישע מוזיק? אַרום דער דאָזיקער קשיא האָט מען געפֿירט הײסע װיכּוחים מיט הונדערט יאָר צוריק, און אין 1908 האָט אַ גרופּע יונגע ייִדישע מוזיקער געשאַפֿן אַ „געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק‟. דער סטאַטוט פֿון דער געזעלשאַפֿט האָט באַשטימט איר ציל װי „מיטװירקן דער פֿאָרשונג און דער אַנטװיקלונג פֿון ייִדישער פֿאָלקסמוזיק (גײַסטלעכער און װעלטלעכער) דורך זאַמלען פֿון מוסטערן פֿון דער פֿאָלקסשאַפֿונג, זײער קינסטלערישער באַאַרבעטונג, און זײער עפֿנטלעכער פֿאַרשפּרײטונג‟. די געזעלשאַפֿט האָט אױך בדעה געהאַט צו שטיצן ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן און „אַנדערע מוזיק־טוער‟.
װי עס דערצײלט פּראָפֿעסאָר דזשײמס לאָפֿלער, האָט די פּעטערבורגער קאָנסערװאַטאָריע געהאַט אַ גרױסע צאָל ייִדישע סטודענטן. ערבֿ דער ערשטער װעלט־מלחמה האָבן זיך דאָ געלערנט 1,200 ייִדישע סטודענטן, אַ דריטל פֿון אַלע ייִדישע סטודענטן אין דער רוסישער אימפּעריע! להיפּוך צו אַנדערע העכערע לערן־אַנשטאַלטן, האָט די פּעטערבורגער קאָנסערװאַטאָריע זיך ניט געהאַלטן בײַ דער פּראָצענט־נאָרמע. איר רעקטאָר, דער באַרימטער רוסישער קאָמפּאָזיטאָר אַלעקסאַנדר גלאַזונאָװ, האָט געהאַלטן, אַז ייִדן זײַנען בטבֿע אַ מוזיקאַליש פֿאָלק און איז געװען גרײט אָנצונעמען כּמעט אַלע ייִדישע אַפּליקאַנטן.
עס זײַנען פֿאַראַן צװײ אינטערעסאַנטע, הגם מסתּמא לעגענדאַרישע, מעשׂיות װעגן דעם, װי אַזױ מען האָט געגרינדעט די געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק. װעגן דעם דערצײלט דער מוזיק־פֿאָרשער פֿון דײַטשלאַנד, יאַשע נעמצאָװ. אײן מאָל האָט דער באַקאַנטער רוסישער קאָמפּאָזיטאָר ניקאָלײַ רימסקי־קאָרסאַקאָװ, אױך אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דער פּעטערבורגער קאָנסערװאַטאָריע, אַ זאָג געטאָן צו זײַנע ייִדישע תּלמידים: „עס איז מאָדנע, װאָס איר גיט זיך אַזױ װײניק אָפּ מיט אײַער אײגענער מוזיק. די ייִדישע מוזיק עקזיסטירט, און דאָס איז אַ פּרעכטיקע מוזיק, װאָס װאַרט נאָך אױף איר אײגענעם גלינקאַ [געמײנט האָט ער דעם באַרימטן רוסישן קאָמפּאָזיטאָר מיכאַיִל גלינקאַ].‟ אַזױ אַרום, באַמערקט נעמצאָװ, איז די איניציאַטיװ געקומען פֿונעם באַרימטן רוסישן ליבעראַלן קאָמפּאָזיטאָר. לױט דער אַנדערער לעגענדע, האָט די געזעלשאַפֿט באַקומען איר נאָמען פֿון אַ „פֿולבלוטיקן אַנטיסעמיט‟, װי מען האָט גערופֿן דעם פּעטערבורגער בירגערמײַסטער, גענעראַל דראַטשעװסקי. װען אַ גרופּע יונגע מוזיקער איז געקומען צו אים בעטן אַ דערלױבעניש אױף צו שאַפֿן אַ געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער מוזיק, האָט ער זײ דערװידערט, אַז לױט זײַן דעה איז ניטאָ קײן ייִדישע מוזיק, װײַל מוזיק איז אַן אוניװערסאַלע קונסט. אַנשטאָט דעם האָט ער פֿאָרגעלײגט צו שאַפֿן אַ געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק, און האָט צוגעגעבן, אַז ער אַלײן האָט ליב זיך אַ מאָל אַרײַנכאַפּן אין דער שיל אױף אַ יום־טובֿ.
דער הונדערטסטער יובֿל פֿון דער געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק האָט מען אָפּגעמערקט מיט אַן אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ אין פּעטערבורג אין 2008, און ערשט איצט איז אַרױס אַ זאַמלבוך מיט די רעפֿעראַטן. לרובֿ באַרירן די רעפֿעראַטן דעם הױפּט־ענין פֿון די אַלטע װיכּוחים, דעם נאַציאָנאַלן מהות פֿון מוזיק. גאַנץ באַלערעװדיק איז דער סיכסוך צװישן שלום־עליכם און יואל ענגעל אין דער רוסישער און ייִדישער פּרעסע. די גאַנצע פּובליקאַציע מיט הילפֿיקע הערות איז צוגעגרײט דורך אַלכּסנדר פֿרענקעל.
װי באַװוּסט, האָט שלום־עליכם אָנגעשריבן אַ התלהבֿותדיקע הקדמה צו מאַרק װאַרשאַװסקיס זאַמלבוך „ייִדישע פֿאָלקסלידער‟, װאָס איז אַרױס אין 1901. אױף דער דאָזיקער פּובליקאַציע האָט זיך אָפּגערופֿן יואל ענגעל מיט אַ קריטישער רעצענזיע. ענגעל, װאָס האָט דעמאָלט ערשט גענומען פֿאָרשן די ייִדישע פֿאָלקסמוזיק, האָט געטענהט, אַז מוזיקאַליש זײַנען װאַרשאַװסקיס לידער פֿרעמד דער ייִדישער פֿאָלקס־טראַדיציע, און זײערע מעלאָדיעס זײַנען פּרימיטיװ און אומגעהאָלפֿן.
שלום־עליכם האָט זיך מיט ברען אָנגענומען פֿאַר װאַרשאַװסקיס קריװדע. ער האָט באַטאָנט, להיפּוך ענגעלן, אַז דאָס װאָרט „פֿאָלקסליד‟ מײנט ניט, אַז אַ ליד איז ממש געשאַפֿן געװאָרן דורכן פֿאָלק. פֿאַר אים האָט דער דאָזיקער באַגריף געמײנט לידער אין פֿאָלקסטימלעכן סטיל, פֿאַר װעלכן ענגעל האָט פּשוט ניט געהאַט קײן חוש. אין תּוך גענומען האָט מען זיך געאַמפּערט װעגן צװײ פֿאַרשידענע ענינים. ענגעל האָט גערעדט בלױז װעגן װאַרשאַװסקיס מוזיק, װאָס האָט פֿאַר זײַן אױער געקלונגען גאַנץ דילעטאַנטיש. שלום־עליכם האָט פֿאַרטײדיקט זײַן חבֿר װאַרשאַװסקין װי אַ פֿאָלקס־דיכטער, װעלכער איז געװען נאָענט צו זײַן אײגענעם באַגריף פֿון פֿאָלקס־ליטעראַטור.
די געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק איז ליקװידירט געװאָרן אין די ערשטע יאָרן פֿון דער סאָװעטישער מאַכט, אָבער ייִדישע מוזיק האָט װײַטער געקלונגען אין לענינגראַד פֿאַר און נאָך דער מלחמה. די רעפֿעראַטן פֿון אַלעקסאַנדר איװאַנאָװ, מאַרינאַ גאָלדינאַ און אַנדערע װאַרפֿן אַ נײַעם ליכט אױף די קאָנצערטן און פֿאָרשטעלונגען פֿון אַנאַ גוזיק, מיכאל עפּעלבאַום און אַנדערע ייִדישע זינגער און אַקטיאָרן. פֿון פֿאַרשידענע דאָקומענטאַלע מקורים, װאָס זײַנען צעזײט און צעשפּרײט איבער אַרכיװאַלע זאַמלונגען פֿון רוסלאַנד, ישׂראל און אַמעריקע, װי אױך פֿון פּריװאַטע זכרונות, אַנטשטײט אַ דראַמאַטישע געשיכטע פֿון לעבעדיקער מוזיקאַלישער קולטור, װאָס האָט געבליט אין פּעטערבורג/לענינגראַד „די שׂונאים אױף צו להכעיס‟, װי עס האָט אָנגערופֿן זײַן איבערזיכט אַלכּסנר פֿרענקעל.
די געשיכטע פֿון דער ייִדישער מוזיקאַלישער קולטור איז אַ געביט, װאָס ברענגט צונױף פֿאָרשער מיט פֿאַרשידענע אינטערעסן: מוזיקאָלאָגן, היסטאָריקער, עטנאָגראַפֿן, ליטעראַטור־פֿאָרשער. דאָס איז אױך אַ שטח, װוּ עס טרעפֿן זיך פֿאַר אַ פּראָפֿעסיאָנעלן שמועס פֿאָרשער פֿון פֿאַרשידענע לענדער. דאָס דריטע זאַמלבוך אין דער סעריע „פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדישער מוזיק אין רוסלאַנד‟ איז אַ מוסטער פֿון אַזאַ מין אינטערנאַציאָנעלער מיטאַרבעט צװישן פֿאַרשידענע אַקאַדעמישע דיסציפּלינען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.