וולאַדימיר איליטש לענין האָט געשריבן, אַז קינאָ איז די העכסטע קונסט ווײַל מיט פֿילמען קען מען משפּיע זײַן אויף מענטשן מער ווי מיט אַלע אַנדערע פֿאָרמען פֿון קונסטן.
דערפֿאַר האָבן די קאָמוניסטן געבויט שיינע קינאָ־הײַזער איבער גאַנץ מזרח־אייראָפּע.
„קינאָ מוראַנוּוו‟ אין מיטן וואַרשע, איז אונדז געבליבן בירושה פֿון די צײַטן פֿון דער קאָמוניסטישער הערשאַפֿט. דער קינאָ־בנין איז טאַקע מלא־חן. נישט צו קליין און נישט צו גרויס.
און וואָס האָט דאָס אַלץ צו טאָן מיטן ייִדישן לעבן אין וואַרשע?
כאַפּט נישט. באַלד וועל איך אײַך געבן צו פֿאַרשטיין.
איז אַזוי. דער עלפֿטער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישע פֿילמען עפֿנט זיינע טויערן דעם 19טן מײַ אין וואַרשע, און טאַקע אין „קינאָ מוראַנוּוו‟.
דער אַרײַנטריט איז בחינם. במשך פֿון 5 טעג וועט איר קענען זען פֿאַרשיידענע פֿילמען, וואָס האָבן אַלע עפּעס אַ שײַכות מיט ייִדן.
נעמט, למשל, פֿרעדעריק קריסטעאַ פֿון פֿראַנקרײַך, וואָס האָט געמאַכט אַ פֿילם וועגן דער ראַדיאָ־סטאַנציע „דער קול פֿון שלום‟ אָדער THE VOICE OF PEACE. דאָס איז אַן איניציאַטיוו פֿון אייבי נתן, אַן אינדישער ייִד, און ישׂראל בירגער, פּילאָט און ביזנעסמאַן. די ראַדיאָ־סטאַנציע האָט זיך געפֿונען אויף אַ שיף אינעם מיטלענדישן ים, נישט צו ווײַט פֿון ישׂראל. ס’איז כּמעט נישט געווען קיין ישׂראלי, וואָס האט זיך נישט צוגעהערט צו די דער טראַנסמיסיע פון „קול השלום‟, וואָס איז געקומען איבער די ים־כוואַליעס.
דזשאָן לענאָן און באָב דילען זענען געווען צווישן די וואָס האָבן אונטערגעשטיצט די איידעלע איניציאַטיוו פֿון נתנען, וואָס האָט געבראַכט פֿון אינדיע די שיינע טראַדיציע פֿון טאָלעראַנץ און כּבֿוד פֿאַר אַנדערע קולטורן; אַ טראַדיציע וואָס, צום באַדויערן, האָט נישט קיין טיפֿע וואָרצלען אין מיטעלן מזרח.
ראובֿן בראָדסקי פֿון ישׂראל ברענגט צום פֿעסטיוואַל זײַנס אַ פֿילם וואָס הייסט „7 טעג אין פּעטערבורג‟. דער פֿילם דערציילט וועגן דער נסיעה פון זײַן מאַמען צו זײַן ברודער אין פּעטערבורג נאָך אַ שיידונג פֿון צען יאָר. בראָדסקי און זײַן מאַמע לעבן שוין צען יאָר אין ישׂראל. דער ברודער איז אָבער צוריקגעפֿאָרן קיין רוסלאַנד און האָט נישט געדינט, ווי ער האָט געדאַרפֿט, אינעם ישׂראלדיקן מיליטער. דערפֿאַר איז ער באַטראַכט ווי אַ דעזערטיר. די שוועריקײטן פֿון אימיגראַציע בכלל מיטן צוגאָב פון דער ספּעציפֿישער סיטואַציע אין ישׂראל בפֿרט, זענען, הייסט עס, די טעמעס פֿונעם פֿילם.
פֿאַר אונדז, ליבהאָבערס פֿון ייִדיש, איז דער פֿילם וועגן דעם גרויסן ייִדישן פּאָעט פּרץ מאַרקיש באַזונדערש טשיקאַווע אַפֿילו וואָס דער סצענאַריסט איז מסתּמא נישט דער גרעסטער מבֿין אויף ליטעראַטור־געשיכטע. לויט אים איז פּרץ מאַרקיש געפֿאָרן אָבער נישט געבליבן אין ארץ־ישׂראל ווײַל דאָס לאַנד איז געווען פֿאַרנומען מיטן אויפֿבוי פֿון אַ ייִדישן ייִשובֿ און האָט נישט געהאַט קיין צײַט פֿאַר פּאָעזיע. דער סצענאַריסט האָט מסתּמא פֿאַרגעסן, אַז דאָס נײַע ייִדישע לעבן אין פּאַלעסטינע איז דווקא געווען געקניפּט און געבונדן מיטן גרויסן ווידערגעבורט פון דער תּנכ”ישער פּאָעזיע. אַ גאַנצע פּלעיאַדע פֿון פּאָעטן מיט ביאַליקן און טשערניכאָווסקי בראש האָבן דעמאָלט געלעבט און געשאַפֿן אין ארץ־ישׂראל, אָבער מילא.
דער פֿעסטיוואַל מערקט אָפּ דעם יובֿל פֿון יאַן קאַדערס פֿילם „די קראָם אויפֿן הויפּט־גאַס‟, וואָס האָט באַקומען דעם אָסקאַר פֿאַרן בעסטן אויסלענדישן פֿילם אין יאָר 1966, הייסט עס טאַקע מיט פֿופֿציק יאָר צוריק. אידאַ קאַמינסקאַ, די גרויסע ייִדישע אַקטריסע און די דירעקטאָרין פֿונעם וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער האָט געשפּילט די הויפּט־ראָלע אינעם פֿילם.
לאָמיר בלײַבן אין דער שײנער וועלט פֿון דער קונסט. די גרויסע פּוילישע צײַטונג „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟ שרײַבט וועגן דער פּרעמיערע פֿון דער נײַער פּיעסע „גוט לעבן איז די בעסטע נקמה‟ אינעם וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער.
די טעמע פון דער פּיעסע איז די אַנטיסעמיטישע קאַמפּאַניע, וואָס די קאָמוניסטישע פּוילישע מלוכה האָט געפֿירט אין יאָר 1968 קעגן אירע ייִדישע בירגער.
אַן ערך פֿופֿציק טויזנט ייִדן האָבן דעמאָלט נאָך געוווינט אין פּוילן. דאָס רובֿ פון זיי זענען דעמאָלט אַנטלאָפֿן פֿון פּוילן.
ייִדן וואָס האָבן געהאַלטן הויכע פּאָזיציעס אין דער פּוילישער ווירטשאַפֿט־קולטור און מיליטער האָט מען דעמאָלט אַרויסגעוואָרפֿן, פֿון הײַנט אויף מאָרגן, פֿון דער אַרבעט.
דער קריטיקער וויטאָלד מראָזעק צווייפֿלט אויב דער דראַמאַטורג, פּאַוועל דעמירסקי, האָט געקוקט אויף דער דאָזיקער טראַגעדיע פֿון אַ ייִדישער פּערספּעקטיוו. לויט אים האָבן מיר דאָ צו טאָן מער מיט אַ מין אוניווערסאַלן „וועלטשמערץ‟.
הענריק רייפֿער, וואָס שפּילט די ראָלע פֿונעם פּוילישן ייִד וואָס ווערט אַרויסגעוואָרפֿן פֿון פּוילן, באַקלאָגט זיך טאַקע אין דער פּיעסע, אַז אַלע ווייסן בעסער פֿון אים וואָס עס מיינט צו זײַן אַ ייִד.
אפֿשר ווען דעם דראַמאַטורג וואָלט נישט געפֿעלט דאָס פּינטעלע ייִד וואָלט די פּיעסע געהאַט א מער ייִדישן טעם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.