נאָך דעם װי די טאַלאַנטירטע ייִדיש־לערערין, זינגערין און קולטור־טוערין דאָראָטעאַ גרעװע איז די װאָך אַװעק פֿון דער װעלט, האָט מיך שטאַרק גערירט צו זען, דורך „פֿייסבוק‟, װיפֿל מענטשן איבער דער וועלט, צווישן זיי — יאָרן־לאַנגע ייִדישיסטן, האָבן אויסגעדריקט צער װעגן איר פּטירה.
דאָראָטעאַ איז געװען נישט בלויז אַ געניטע לערערין פֿון דער ייִדישער שפּראַך, נאָר אַליין אַ ייִדישיסט, וואָס האָט תּמיד גערעדט בלויז מאַמע־לשון סײַ מיט אירע סטודענטן, סײַ מיט אַנדערע ייִדיש־קענער. זי איז עטלעכע מאָל געקומען אויף דער ייִדיש־וואָך פֿון יוגנטרוף, וווּ זי האָט געדולדיק אויסגעהערט אַפֿילו די שוואַכסטע ייִדיש־קענער, בעת מ׳איז געזעסן אַרום טיש בײַ די מאָלצײַטן אין עסצימער.
ווי אַניקאַ הילמאַן האָט געשריבן אין איר נעקראָלאָג, האָט דאָראָטעאַ זיך אויך שטאַרק אָפּגעגעבן מיטן עלטערן דור ייִדישע שרײַבער. זי האָט זיך אָפֿט דורכגעשריבן און באַזוכט מאַשע ראָלניקײַטאַ אין פּעטערבורג און יחיאל שרײַבמאַן אין מאָלדאָווע, און איז תּמיד אײַנגעשטאַנען בײַ מישע לעוו ווען זי איז געווען אין רחובֿות, ישׂראל. זי און אַניקאַ האָבן אויך צונויפֿגעשטעלט אַ פֿילם פֿון אינטערוויוען מיט ייִדישע שרײַבער און קולטור־טוער אין ישׂראל.
ווען דאָראָטעאַ וואָלט געווען אַ קינד פֿון ייִדיש־רעדנדיקע עלטערן, אָדער ווען אירע אָבֿות וואָלטן געשטאַמט פֿון די אַשכּנזישע שטעטלעך אין מיזרח־אייראָפּע — דיינו, דאָס אַליין וואָלט שוין געווען אַ גרויסער אויפֿטו. אָבער דאָראָטעאַ איז אויפֿגעוואַקסן בײַ אַ קריסטלעכער משפּחה אין ברעמען, דײַטשלאַנד, און האָט ווי אַ יונגע סטודענטקע אַנטדעקט ייִדיש פֿאָלקסגעזאַנג. די לידער האָבן זי אַזוי פֿאַרכּישופֿט, אַז זי האָט באַשלאָסן זיך אויסצולערנען די ייִדישע שפּראַך, און האָט דערנאָך איר גאַנץ לעבן איבערגעגעבן דעם ייִדיש־לערערײַ און ייִדישער מוזיק.
בײַ אונדז ייִדן, וואָס פֿילן זיך אַמאָל אומעטיק וועגן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש הײַנטצוטאָג, איז נישט בלויז אַ טרייסט, נאָר ממש אַ הנאָה, ווען מענטשן פֿון אַנדערע פֿעלקער און רעליגיעס נעמען זיך אָן אונדזער קריוודע, ווי זיי וואָלטן אונדז געוואָלט דערמאָנען: „גיט נאָר אַ קוק וואָס פֿאַר אַן אוצר ליגט דאָ בײַ אײַך אין גאָרטן!‟
דאָראָטעאַ איז נישט געווען די איינציקע פֿון אַזאַ שניט. שיין בייקער, אים צו לאַנגע יאָר, שטאַמט פֿון אַ פּראָטעסטאַנטישער משפּחה אין קענזעס־סיטי, מיזורי, אָבער האָט זיך אויסגעלערנט אַזוי גוט ייִדיש, אַז ס׳איז גרינג צו פֿאַרגעסן, אַז ער איז נישט פֿון אונדזערע אַחינו בני־ישׂראל. ווען ער טרעט אויף פֿאַר אַ ייִדיש־רעדנדיקן עולם און רעציטירט, מיט אַקטיאָרישן טאַלאַנט, אַ דערציילונג פֿון שלום־עליכם אָדער אַ פֿעליעטאָן פֿון משה נאַדיר, דערמאָנט עס מיך ממש אין די פּלאַטעס פֿונעם אויסערגעוויינטלעכן רעציטאַטאָר הערץ גראָסבאַרד, וואָס איך פֿלעג קינדווײַז הערן אויפֿן פֿאָנאָגראַף.
כ׳האָב שוין עטלעכע מאָל געקלערט, פֿאַר וואָס זענען הײַנט נישטאָ מער קיין רעציטאַטאָרן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור? מײַן השערה: כּדי דאָס צו טאָן, דאַרף מען זײַן פֿעיִק סײַ בײַם שפּילן טעאַטער, סײַ בײַם לייענען אַ טעקסט מיט ייִדישע אותיות. צום באַדויערן, שרײַבן הײַנט אַ סך מער ייִדיש־קענער מיט לאַטײַנישע איידער מיט ייִדישע אותיות, בפֿרט אויף דער אינטערנעץ, איז זיי במילא געוואָרן שווערער איבערצולייענען אַ ייִדישן טעקסט.
פּונקט ווי דאָראָטעאַ האָט אָנגעהאַלטן אַ נאָענטע פֿאַרבינדונג מיט די ייִדישע שרײַבער פֿונעם עלטערן דור, האָט שיין זיך אָפּגעגעבן מיט די „פּענסיאָנירטע‟ ייִדישע אַקטריסעס — לובאַ קאַדיסאָן, מינאַ בערן און שפֿרה לערער. ער זאָגט אַליין, אַז זײַן פֿרײַנדשאַפֿט מיט די אַמאָליקע שטערנס פֿון ייִדישן טעאַטער האָט נאָך מער פֿאַרשטאַרקט זײַן איבערגעגעבנקייט צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
דער ברען בײַ דאָראָטעאַ געווע און שיין בייקער זיך אויסצולעבן אויף ייִדיש (נישט געקוקט אויף די ניין־זאָגער, וואָס זאָגן, אַז „ייִדיש שטאַרבט‟) איז אַן אינספּיראַציע פֿאַר אונדז אַלעמען. אפֿשר וואָלט מען אַפֿילו געקענט שאַפֿן אַ פּאַסיקן ערן־טיטל פֿאַר יענע נישט־ייִדן, וואָס ווידמען זייער לעבן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
מיר האָבן שוין, למשל, אַ שיינעם טערמין פֿאַר די נישט־ייִדן, וואָס האָבן געראַטעוועט ייִדן בעתן חורבן: „חסידי אומות העולם‟, די גוטע מענטשן פֿון די נישט־ייִדישע פֿעלקער. הגם גאָרנישט קען זיך פֿאַרגלײַכן מיטן אײַנשטעלן זיך דאָס לעבן צו ראַטעווען אַ צווייטן מענטשן, איז פֿאָרט דאָ אַ געוויסער חסד ווען איינער גיט זיך איבער דעם ראַטעווען אַ שפּראַך און קולטור פֿון אונטערגאַנג. לאָמיר באַצייכענען דאָראָטעאַ גרעווע, און אַנדערע ווי זי, מיטן ערן־טיטל „ייִדישיסטן פֿון די אומות העולם‟. זאָלן זיי דינען ווי אַ מוסטער פֿאַר יענע ייִדן, וואָס ווײַזן אַרויס קנאַפּע אינטערעס, אָדער וואָס שעמען זיך אַפֿילו, מיטן אוצר אין אונדזער גאָרטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.