דער אַרגענטינער ייִװאָ האָט פֿרײַטיק, דעם 13טן מײַ װידער אַ מאָל אויפֿגעשטעלט דעם ביוסט פֿון שלום־עליכם װאָס איז געגנבֿעט געװאָרן, צוזאַמען מיט נאָך אַנדערע סטאַטועס און בראָנדזענע טאָװלען אינעם „גאָרטן פֿון די פּאָעטן‟ אין „ראָזנגאָרטן‟ פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס. די גװאַלד־מעשים זײַנען פֿאָרגעקומען פֿאַר אַ יאָרן אין חודש אַפּריל. אַזוי האָט דער ייִװאָ אָנגעהויבן דאָס „שלום עליכם‟־יאָר דעם טאָג װען עס איז אויסגעפֿאַלן די הונדערטסטע יאָרצײַט פֿונעם געניאַלן קלאַסיקער. דער דירעקטאָר פֿון ייִװאָ האָט אין זײַן װאָרט גערעדט װעגן שלום־עליכמס בײַטראָג פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור און באַדאַנקט דעם בירגערמײַסטער פֿון דער שטאָט װאָס האָט מיטגעאַרבעט מיטן ייִװאָ כּדי צו באַזאָרגן דער שטאָט מיט אַ נײַעם ביוסט. ער האָט אויך באַערט דעם סקולפּטאָר ישראל האָפֿמאַן, אַ קינד פֿון די באַראָן הירש־ קאָלאָניעס אין דער פּראָװינץ ענטרע ריאָס, װאָס איז אַן אָנגעזעענע פֿיגור אין דער אַרגענטינער קונסט און װאָס איז געשטאָרבן מיט 45 יאָר צוריק.
מען האָט געלייענט די דערקלערונג פֿון אַרעגענטינער סענאַט װאָס װעט באַשטימען פֿון „נאַציאָנאַלן אינטערעס‟ דאָס דערמאָנען די 100 יאָר נאָך שלום־עליכמס טויט. עס האָט זיך באַטייליקט אַ גרויסע דעלעגאַציע תּלמידים פֿון דער שלום עליכם־שול. אַ תּלמיד האָט געלייענט זײַן אַרבעט װוּ ער שרײַבט װי שטאָלץ ער איז, אַז זײַן שול זאָל טראָגן דעם נאָמען פֿון ייִדישן שרײַבער, און אַ תּלמידה האָט איבערגעלייענט זײַן עפּיטאַפֿיע. ריקאַרדאָ לובינעצקי, װאָס האָט געשפּילט טבֿיהס ראָלע אין דער אַרגענטינער װערסיע פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ אויף ייִדיש, האָט פֿירגעבראַכט דעם אַרײַנפֿיר. די לערערין נחמה באַראַד האָט געלייענט שלום־עליכמס צװאה און דער מיטאַרבעטער יחזקאל סעמאָ האָט געלייענט פֿראַגמענטן פֿון „װען איך בין ראָטשילד‟. דער ייִװאָ האָט אַזוי אָנגעהויבן דאָס „שלום עליכם־יאָר‟.
מאָנטיק, דעם 16טן מײַ האָט דער אַרגענטינער געבוירענער קלעזמער, גוסטאַװאָ בולגאַטש, װאָס װוינט אין לאָס־אַנדזשעלעס, אָנגעפֿירט אַ װאַרשטאַט פֿאַר קלעזמאָרים אין הויז פֿון ייִװאָ. דער ציל איז געװען צוציִען יונגע מוזיקערס און פֿאָרשערס צו דער מוזיק־סעקציע פֿון ייִװאָ. נאָך דער לעקציע האָבן איבער 30 מוזיקערס אימפּראָװיזירט ביז שפּעט בײַ נאַכט ייִדישע ניגונים און דער עולם האָט גענאָסן און מיטגעזונגען.
די אַרגענטינער רעגירונג האָט אויסגעדריקט איר דאגה און גערופֿן די אויפֿמערקזאַמקייט װאָס דער װיכטיקסטער באַשולדיקטער אין פּלאַנירן דעם אַטענטאַט אויף דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה אין 1994, מאָשען ראַבאַני, זאָל די טעג באַזוכן באָגאָטאַ, קאָלאָמביע. די אַראַבישע צײַטונג „אַשאַרק אַל־אַוסאַט‟ האָט פּובליקירט די אינפֿאָרמאַציע אַז אַ דעלעגאַציע פֿון דער „איראַנער רעװאָלוציאָנערער גװאַרדיע‟ װעט באַזוכן קאָלאָמביע צו פֿאַרשטאַרקן דעם מסחר צװישן ביידע מדינות. דער אַרגענטינער אַמבאַסאַדאָר, מאַרסעלאָ סטוברין, האָט דערקלערט אַז מיט דעם תּירוץ פֿון קאָמערציעלע פֿאַרבינדונגען צילט מען צו פֿאַרשטאַרקן דעם אַנטיסעמיטיזם און אַטאַקירן ישׂראל אינעם קאָנטינענט.
דעם 18טן יאַנואַר 2015 איז דער פּראָקוראָר ניסמאַן געפֿונען געװאָרן אַ טויטער, 4 טעג נאָך דעם װי ער האָט דערקלערט אַז די דעמאָלטיקע פּרעזידענטין קריסטינאַ קירכנער האָט פֿאַרדעקט די אויספֿאָרשונגען פֿונעם אַטענטאַט אויף דער קהילה כּדי אונטערצושרײַבן אַ קאָמערציעלן אָפּמאַך מיט איראַן. ביז איצט װייסט מען נישט צי מען האָט אים דערהרגעט אָדער ער האָט זיך גענומען דאָס לעבן. ערשט איצט האָט דער ריכטער כוליאַן ערקאָליני, װאָס האָט איבערגענומען די פֿעדעראַלע אויספֿאָרשונג, געבעטן אַ פּסיכאָלאָגישן פּאַלמעס, זיך צו דערװיסן „דרינגענדיק‟ דעם געמיט פֿון פּראָקוראָר פֿאַר זײַן טויט. דאָס װערט געבעטן מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג פֿון 16 חדשים.
דער ראַבינער אַבֿרהם קופּער, איינער פֿון די װיכטיקסטע אָנפֿירערס פֿון „שמעון װיזנטאַל־צענטער‟ אין לאָס־אַנדזשעלעס האָט באַזוכט אַרגענטינע. ער האָט דערקלערט נאָך זײַן טרעפֿונג מיטן פּרעזידענט מאַוריציאָ מאַקרי אַז אין אַרגענטינע הערשט אַ נײַער קלימאַט װאָס װעט אפֿשר דערמעגלעכן אַװאַנסירן אין דער אויספֿאָרשונג פֿון די סיבות פֿונעם אַטענטאַט אויף דער קהילה אָבער ער האָט צוגעגעבן אַז דער פּרעזידענט מאַקרי װעט דאַרפֿן האָבן דעם פּאָליטישן קוראַזש צו דערגיין דעם אמת. ער האָט אויך גערעדט מיטן פּרעזידענט װעגן די טעראָריסטישע גרופּעס װאָס אַמטירן אויף דער גרענעץ צװישן אַרגענטינע, פּאַראַגװײַ און בראַזיל, װעגן דער השפּעה פֿון די שיִיִם אין װענעצועלאַ און די סוניים אין מעקסיקע און גװאַטעמאַלאַ. די קומענדיקע אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע, דײַטשלאַנד, ענגלאַנד, קאַנאַדע און אויסטראַליע װעלן דאַרפֿן אויך מיטהעלפֿן אין דעם קאַמף קעגן אינטערנאַציאָנאַלן טעראָריזם און ISIS (דאעש). בײַ דער טרעפֿונג מיטן פּרעזידענט זײַנען בײַגעװען דער סעקרעטאַר פֿאַר אינטערנאַציאָנאַלע באַציִונגען פֿון װיזנטאַל־צענטער שמעון סאַמועלס, װאָס איז ספּעציעל געקומען פֿון פּאַריז, דער דירעקטאָר פֿון דער לאַטײַן־אַמעריקאַנער ביוראָ, אריאל געלבלום און קלאַודיאָ אַװרוך סעקרעטאַר פֿאַר מענטשנרעכט פֿון דער אַרגענטינער רעגירונג.
דער פּרעזידענט מאַקרי האָט אונטערגעשטראָכן דעם קאָמפּראָמיס פֿון דער אַרגענטינער רעגירונג אַינעם קאַמף קעגן טעראָריזם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.