הרבֿ יצחק ראָזענבערג, אַ 67־יאָריקער בוי־אונטערנעמער, און הרבֿ חיים פּרנס, אַ 66־יאָריקער דימענט־הענדלער, זענען דינסטיק דערטרונקען געוואָרן בעת זיי האָבן זיך געבאָדן בײַם ברעג ים אין האָלאָווער־ביטש, מיאַמי.
ראָזענבערג איז געווען אויף אַ צוויי־וואָכיקער וואַקאַציע אין פֿלאָרידע, וווּ ער האָט פֿאַרמאָגט אַ קאָנדאָ.
אַ דריטער מענטש, וואָס האָט זיך אויך געבאָדן, האָט מען יאָ באַוויזן צו ראַטעווען.
מיטוואָך האָבן הונדערטער מענטשן זיך פֿאַרזאַמלט אין וויליאַמסבורג, כּדי בײַצוזײַן אויף דער לוויה פֿון הרבֿ ראָזענבערג, אַ 67־יאָריקער בוי־אונטערנעמער און דער פּרעזידענט פֿון דער סאַטמערער שיל „יתר־לבֿ‟. אויף די הספּדים האָט מען דערמאָנט ראָזענבערגס ברייטהאַרציקייט בײַם שטיצן די אָרטיקע ישיבֿות, שילן, געשעפֿטן און אָרעמע משפּחות.
„ס׳איז נישטאָ קיין איין בנין אָדער שול, וואָס ער האָט נישט געהאַט קיין האַנט אין שטיצן אים,‟ האָט הרבֿ משה אינדיג, ראָזענבערגס אַ לאַנג־יאָריקער פֿרײַנד, באַמערקט. „דעם פֿאַרגאַנגענעם פּסח האָט אַ משפּחה פֿון ישׂראל געדאַרפֿט אַן אָרט אײַנצושטיין, בעת איינער פֿון זיי האָט געדאַרפֿט קריגן ראַק־באַהאַנדלונג אין ניו־יאָרק. ראָזענבערג האָט זיי אַלעמען געלאָזט אײַנשטיין בײַ אים, כאָטש ער האָט זיי אַפֿילו נישט געקענט.‟
ראָזענבערג און פּרנס זענען דערטראָנקען געוואָרן, נאָך דעם ווי אַ מעכטיקער שטראָם אינעם וואַסער האָט זיי בכּוח אַרײַנגעצויגן, בעת זיי האָבן זיך געבאָדן אין אַן אָפּטייל פֿון דער פּלאַזשע, וווּ קיין ראַטירער האָט זיי נישט באַוואַכט. אַ פֿרײַנד פֿון די מענער, וואָס האָט געבעטן נישט אָנגעבן זײַן נאָמען, האָט געזאָגט דער צײַטונג „מײַאַמי העראַלד‟, אַז די מענער האָבן דווקא אויסגעקליבן אַן אָרט, וווּ קיינער באָדט זיך נישט, כּדי אויסצומײַדן די פֿרויען און מיידלעך, וואָס טוען זיך אָן נישט־צניעותדיק.
„ס׳האָט געבלאָזן אַ שטאַרקער ווינט, און ס׳איז הײַנט טאַקע געווען זייער אַ שטאַרקער שטראָם אין די וואַסערן,‟ האָט עריקאַ בעניטעז, אַ וואָרטזאָגערין פֿון דער לעש־קאָמאַנדע אין מיאַמי־דייד, דערקלערט. „זיי האָבן זיך געבאָדן אין אַן אָרט אָן אַ ראַטירער, וואָס איז זייער געפֿערלעך.‟
זעט אַ טייל פֿון דער לוויה:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.