צו זאָגן, אַז דער איינציקער ייִדישער טעאַטער אין ישׂראל, „ייִדישפּיל‟, איז אַן אָפֿטער גאַסט אויף צפֿון־לאַנד, וואָלט געווען אַ גוזמה. אַ שאָד, ווײַל אַן עולם, צו זען און הערן פֿאָרשטעלונגען אויף מאַמע־לשון, פֿעלן אין אונדזערע מקומות נישט אויס.
איך אַליין בין געווען אַן עדות, ווען מיט צוויי יאָר צוריק, אין מעלות, האָט „ייִדישפּיל‟ געשפּילט די מאָדערנע קאָמעדיע פֿון חנוך לוין — „סאָלאָמאָן גריפּ‟ — און דער זאַל איז געווען געפּאַקט; אָדער פֿאַראַיאָרן אין נהריה בשעת דער טעאַטער האָט געבראַכט די פֿאָרשטעלונג „שפּילן אַ ליבע‟. און אָט גאָר נישט לאַנג צוריק האָב איך געזען אינעם קולטור־הויז פֿון כּרמיאל די פֿאָרשטעלונג מיט אַ פֿאַרכאַפּנדיקן נאָמען — „ציגײַנער־נשמה‟.
און אָט האָט מען קיין כּרמיאל, ווי אויך פֿריִער, געבראַכט מיט קאָמפֿאָרט די ייִדיש־ליבהאָבער פֿון נהריה, עכּו, מעלות, שלומי און אַנדערע שטעט און ייִשובֿים. די הוצאָות פֿאַרן טראַנספּאָרט און די בילעטן האָבן געדעקט די מוניציפּאַלע אָפּטיילן פֿון עליה און אַבסאָרבציע. אַזוי אַז אָרגאַניזירט איז אַלץ געווען אויפֿן בעסטן אופֿן; וואָס שייך אָבער דער פֿאָרשטעלונג אַליין, האָט עס בײַ מיר אַרויסגערופֿן גאָר אַ סתּירותדיקן אײַנדרוק.
לויט מײַן מיינונג, איז די פֿאָרשטעלונג שוין גיכער אַ מין טעאַטראַליזירטער קאָנצערט, איידער אַ מוזיקאַלישע פּיעסע; עס פֿעלט אַ סצענישע אינטריגע, אַ דורכאויסיקע אַנטוויקלונג. אין תוך באַשטייט די פֿאָרשטעלונג פֿון ציגײַנערישע לידער, וואָס מע זינגט זיי אויף ייִדיש, וווּ יעדעס ליד זעט אויס ווי אַ באַזונדערע מוזיקאַליש־טעאַטראַלע מיניאַטור, באַפּוצט מיט פֿאַרשפּרייטע ציגײַנערישע סימבאָלן — געצעלט, קאָרטן, „טאַנצנדיקער בער‟ וכדומה. אין דער זעלבער צײַט דאַרף מען באַטאָנען, אַז סײַ די רעזשיסור (יוני אילת), סײַ די כאָרעאָגראַפֿיע (נדבֿ צעלנער), סײַ די סצענאָגראַפֿיע (מאַיאַ פּלג) און סײַ די אַכט אַקטיאָרן (מיט גוטע וואָקאַל־ און טאַנץ־פֿעיִקייטן) — געפֿינען זיך אויף אַ גענוג הויכן פּראָפֿעסיאָנעלן ניוואָ. פֿון דעסטוועגן, וואָלט זיך געוואָלט, אַז די אַקטיאָרן זאָלן בשעתן זינגען קלאָרער אַרויסרעדן דעם ייִדישן טעקסט.
ס’איז מיר אויך געפֿעלן געוואָרן די אַלגעמיינע אידעע פֿון דער פֿאָרשטעלונג — צוויי וואַנדער־פֿעלקער — די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן און ציגײַנער, ביידע האָט מען זיי גערודפֿט און ביידע זײַנען זיי אויסגעשטאַנען אַלע נסיונות. דער אַלגעמיינער גורל ווערט איבערגעגעבן דורך דער מוזיק און דיאַלאָגן, וועלכע ס’האָט געשאַפֿן אורן יעקובי. ס’איז אינטערעסאַנט, אַז די דיאַלאָגן ווערן אַרויסגערעדן אויפֿן דרום־דיאַלעקט — „דוס‟, „וווּס‟, „טאָטע‟, „מאָמע‟, „מאָזל‟…, וואָס שטרײַכט אונטער די געאָגראַפֿישע ערטער, וווּ די ציגײַנער האָבן געוווינט — מאָלדאָווע, דרום־אוקראַיִנע.
ס’רובֿ לידער, געזונגען פֿון דער בינע, זײַנען פֿאָלקסלידער, אָבער אַ געוויסע צאָל איז געשאַפֿן געוואָרן פֿון די ישׂראל־קאָמפּאָזיטאָרן — יהודית ראַוויץ, ריטשאַרד שטײַן, קובי אַשראַט, באָריס דימינטשטיין. מכּוח די טעקסטן זײַנען זיי אַלע, אַחוץ דעם ליד „דאָס אַלטע פֿידעלע‟ אויף איציק מאַנגערס ווערטער, און דעם ליד „שוואַרצע אויגן‟ פֿון יעקבֿ אַלפּערן — לכתּחילה אָנגעשריבן געוואָרן אין עבֿרית פֿון דעם באַקאַנטן ישׂראל־דיכטער יהוד מנור פֿאַר דער זינגערין ירדה אַרזי, וואָס איר לידער־אַלבאָם איז דערשינען אין 1987, און שפּעטער געווען איבערגעזעצט אויף ייִדיש. דער איבערזעצער פֿון די לידער אונטער דעם זעלבן נאָמען „ציגײַנער־לידער‟ (2010) איז געווען דעמאָלט דער יונגער טאַלאַנטירטער אַקטיאָר פֿון „ייִדישפּיל‟ — יוני אילת, וואָס האָט שפּעטער אויפֿגעפֿירט די פֿאָרשטעלונג און שפּילט אין איר.
יוני דערמאָנט זיך, אַז נאָכן אויסהערן צום ערשטן מאָל די לידער פֿון אַרזיס אַלבאָם, האָט זיך אים פֿאַרגלוסט זיי איבערצוזעצן אין ייִדיש. ער האַלט, אַז ייִדיש קלינגט גוט מיט די קלאַנגען פֿון ציגײַנערישער מוזיק, „ווײַל ייִדיש איז אויך אַ שפּראַך אָן אַ היים און אָן אַ לאַנד‟. צו דער אַרבעט איבער דעם ייִדישן טעקסט זײַנען צוגעצויגן געוואָרן באַקאַנטע ייִדישיסטן — מרים טרין, אליעזר ניבאָרסקי און אַבֿישי פֿיש.
ווי אַזוי זשע האָט אויף דער פֿאָרשטעלונג רעאַגירט דער עולם אין זאַל? זי איז געווען אַנטצינקט, און נאָך יעדן ליד אַפּלאָדירט, שטייענדיק. און טאַקע — זייער אַ טעמפּעראַמענטפֿולע מוזיק, באַגלייט פֿון דעם קליינעם מוזיקאַלישן אַנסאַמבל, אין שפּיץ מיטן פּיאַניסט, אַקאָרדעאָניסט און קלאַרנעטיסט ליאור רונן.
און דאָך האָט מיך נישט פֿאַרלאָזט דאָס געפֿיל, אַז כ’האָב עפּעס אַזוינס שוין אַמאָל געזען — אין מאָסקווער ציגײַנער־טעאַטער „ראָמען‟; אַז כ’געפֿין זיך נישט אויף „מײַן חתונה‟. שוין זשע האָט „ייִדישפּיל‟ אויסגעשעפּט אַלע ייִדישע טעמעס און עס בלײַבט אים נאָר צו „שווימען צום פֿרעמדן ברעג‟? צוריק גערעדט, אפֿשר איז עס אויך אַ מין „חנדל‟, כּדי צוציִען מער צושויער? אויב אַזוי, ווער נאָך, אויב נישט דער טעאַטער „ייִדישפּיל‟, וועט זיך ווענדן צום עכטן אָריגינעלן ייִדישן רעפּערטואַר און ווײַזן די שיינקייט און רײַכקייט פֿון דער ייִדישער נשמה?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.