פֿונעם 16טן ביזן 18טן מײַ איז פֿאָרגעקומען אין ישׂראל זײער אַ געלונגענע אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ געװידמעט דעם קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור שלום־עליכם, לכּבֿוד הונדערט יאָר זינט זײַן פּטירה.
אין דער זעלבער צײַט האָט מען אָפּגעמערקט שלום־עליכמס יאָרצײַט אױף אַ קינסטלערישן אופֿן, מיט אַ מוזיקאַליש־טעאַטראַלישן פֿעסטיװאַל אין תּל־אָבֿיבֿ. אַזױ װי דרײַ „פֿאָרװערטס“־קאָרעספּאָנדענטן האָבן זיך באַטײליקט אין די צװײ היסטאָרישע אונטערנעמונגען — עדי מהלאל, לײזער בורקאָ און אַני־הקטן — בין איך זיכער, אַז דער לײענער װעט געפֿינען נאָך אַ פּאָר אַרטיקלען פֿון זײערע פּערספּעקטיװן. איך װיל זיך אָפּשטעלן בלױז אױף אײן מערקװערדיקן אַספּעקט פֿון דער קאָנפֿערענץ: די שפּראַכן־פּאָליטיק. דאָס געמיש פֿון דרײַ גערעדטע שפּראַכן — עבֿרית, ענגליש און ייִדיש — איז געװען אַ סימבאָל נישט נאָר פֿון דער מיטאַרבעט צװישן ישׂראלים, אַמעריקאַנער און אַנדערע אױפֿן געביט פֿון ייִדיש, אָבער אױך פֿון דער פֿילשפּראַכיקײט, װאָס האָט געהערשט אין שלום־עליכמס סבֿיבֿה און אין זײַן שאַפֿן.
פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם נאָװערשטערן, װאָס פֿירט אָן מיטן ייִדיש־לימוד אין ירושלים און מיטן תּל־אָבֿיבֿער קולטור־צענטער „בית־שלום־עליכם“, האָט געעפֿנט די קאָנפֿערענץ מיט שײנע באַגריסונגען אױף ייִדיש און עבֿרית אין אַ צערעמאָניע, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אין גבֿעת־רם, ירושלים. פּראָפֿעסאָר רות װײַס (האַרװאַרד־אוניװערסיטעט) האָט אָפּגעהאַלטן אַ רעפֿעראַט אױף ענגליש װעגן דעם כּוח און אַהבֿת־ישׂראל פֿון טבֿיה דעם מילכיקן, און פּראָפֿעסאָר דן מירון (קאָלאָמביע־אוניװערסיטעט) האָט גערעדט אױף עבֿרית װעגן דעם מאָטיװ פֿון „באַװעגונג“ אין שלום־עליכמס װערק. דער זאַל איז געװען געפּאַקט מיט אַן עולם פֿון הונדערטער מענטשן. די סעסיעס פֿון דער קאָנפֿערענץ זענען פֿאָרגעקומען סײַ אין העברעיִשן אוניװערסיטעט אינעם נײַעם צענטער פֿאַר העכערע שטודיעס אין הומאַניסטיק א″נ מאַנדעל (מאָנטיק און דינסטיק), סײַ אין תּל־אָבֿיבֿער אוניװערסיטעט (מיטװאָך, דעם צענטן אייר, שלום־עליכמס יאָרצײַט לױטן ייִדישן לוח).
אברהם נוברשטרן from לידר סטודיו לצילו on Vimeo.
די קאָנפֿערענץ האָט אױף מיר געמאַכט זײער אַ גוטן אײַנדרוק. קודם־כּל בין איך באַגײַסטערט געװאָרן פֿון די יונגע כּוחות װאָס האָבן אָרגאַניזירט די קאָנפֿערענץ, צװישן זײ — די אַספּיראַנטן פֿון דער צװישן־אוניװערסיטעטישער מאַגיסטער־פּראָגראַם אין ייִדיש. איך האָב זיך אַ סך אױסגעלערנט פֿון די רעדעס װאָס מע האָט אָפּגעהאַלטן װעגן פֿאַרשידענע ליטעראַרישע און ליטעראַריש־היסטאָרישע טעמעס, און נאָך מער פֿון די פֿראַגעס און רעאַקציעס פֿון עולם. ס׳איז געװען אַ מחיה צו הערן װי די גרעסטע אױסטײַטשערס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און געשיכטע — דוד־הירש ראָסקעס, אַבֿרהם נאָװערשטערן, רות װײַס, דן מירון, דזשאָסטין קעמי, יאַן שװאַרץ, ישׂראל ברטל, עלי לעדערהענדלער, לאָרענס ראָזענװאַלד און נאָך — זיצן אַלע צוזאַמען אין אײן צימער און רעדן אַרום שלום־עליכמס מײַסטערװערק.
פֿון דער אַנדערער זײַט מײן איך, אַז אױף אַזאַ קאָנפֿערענץ געװידמעט דער ייִדישער ליטעראַטור האָט די ייִדישע שפּראַך געזאָלט פֿיגורירן אין אַ סך אַ גרעסערער מאָס. זיצנדיק אױפֿן עראָפּלאַן פֿון ניו־יאָרק קײן תּל־אָבֿיבֿ האָב איך איבערגעקוקט די געדרוקטע פּראָגראַם און באַמערקט, אַז נאָר צװײ פֿון די כּמעט דרײַסיק רעפֿעראַטן װערן געלײענט אױף מאַמע־לשון. (פֿאַקטיש איז אײנער פֿון זײ געװען אױף העברעיִש, הגם דער טיטל שטײט אין פּראָגראַם אױף ייִדיש.) האָב איך באַשלאָסן צו שרײַבן די אָרגאַניזאַטאָרן און פֿרעגן, צי איך קען בײַטן די שפּראַך פֿון מײַן רעפֿעראַט פֿון ענגליש אױף ייִדיש, װײַל װאָס פֿאַר אַ פּנים װאָלט אַזאַ קאָנפֿערענץ געהאַט אָן דער ייִדישער שפּראַך? דער ענטפֿער איז געװען „יאָ, אַװדאי“, אָבער מיט אַזאַ מאָדנער הערה: „מיר שטאָלצירן מיט דער שפּראַכיקער רײַכקײט פֿון אונדזער פּראָגראַם. דאָס איז נישט קײן פּועל־יוצא פֿון קאָמפּראָמיס“.
די קאָנפֿערענץ האָבן ספּאָנסירט טאַקע אַ סך אינסטיטוציעס — דער העברעיִשער אוניװערסיטעט אין ירושלים, דער תּל־אָבֿיבֿער אוניװערסיטעט, בית־שלום־עליכם, די נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק אין ירושלים און „דעת־המקום“, דער צענטער פֿאַר דער פֿאָרשונג פֿון ערטער און קולטורן בײַ ייִדן — אָבער איך האָב זיך נישט געהאַט פֿאָרגעשטעלט, אַז קײן אײנע פֿון זײ װאָלט געפֿאָדערט אַז די רעפֿעראַטן זאָלן פֿאָרקומען נאָר אױף העברעיִש אָדער ענגליש. איך האָב חלילה נישט דערמאָנט דעם דוחק אין ייִדיש־שפּראַכיקע רעדעס װי אַ באַשולדיקונג קעגן די אָרגאַניזאַטאָרן. די רעדנערס האָבן מסתּמא געװאָלט פֿאָרשטעלן זײערע פֿאָרשונגען אױף די שפּראַכן װאָס זענען זײ נאַטירלעך.
איך האַלט אָבער אַז אַזאַ חשובֿע קאָנפֿערענץ איז אַ פּאַסיקע — אױב נישט די פּאַסיקסטע — געלעגנהײט צו באַװײַזן, אַז ייִדיש קען נאָך דינען װי אַ קאָמוניקיר־מיטל אין דער אַקאַדעמיע. דאָס זאָג איך נישט (נאָר) צוליב מײַנע אײגענע אידעאָלאָגיעס לגבי דעם מעמד פֿון ייִדיש אַקעגן די אַנדערע שפּראַכן, נאָר דװקא צוליב פּראַקטישע סיבות. ערשטנס האָבן די יונגע ייִדיש־סטודענטן, װאָס באַמיִען זיך יאָרן לאַנג כּדי זיך אױסצולערנען די שפּראַך, זײער װײניק געלעגנהײטן צו רעדן אױף ייִדיש אין אַ פּראָפֿעסיאָנעלן קאָנטעקסט. איך װײס פֿון דער אײגענער דערפֿאַרונג אַז אָן אַזאַ פּראַקטיק װאָלט מײַן ייִדיש הײַנט געװען אַ סך שװאַכער. צװײטנס האָבן אַ סך פֿון די באַטײליקטע אין דער קאָנפֿערענץ אַלײן מודה געװען, אַז זײ האָבן געמוזט לײענען שלום־עליכמס װערק אין דער העברעיִשער אָדער ענגלישער איבערזעצונג. איך װעל נישט לײקענען אַז מע קען הײַנט געפֿינען גאָר פֿײַנע, געראָטענע איבערזעצונגען פֿון שלום־עליכמס װערק אױף די און אַנדערע װעלטשפּראַכן, אָבער איך האַלט אַז די מומחים װאָס רעדן אױף אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן דאַרפֿן זיך פֿאַרנעמען מיטן אָריגינאַל אױך.
פֿאַר װאָס האַלט איך אַזױ? נישט נאָר װײַל איך בין בטבֿע אַ פּוריסט. אַז מע דאַרף זיך פֿאַרלאָזן אױף איבערזעצונגען װערן זײער באַגרענעצט די פֿראַגעס װאָס מע קען שטעלן. װי אַזױ איז שלום־עליכמס ייִדיש אַנדערש פֿון דער שפּראַך פֿון זײַנע ליטעראַרישע בני־דור? װי אַזױ בײַט זיך די שפּראַך פֿון שלום־עליכמס כּתרילעװקער טיפּן נאָך דעם װי זײ אימיגרירן קײן אַמעריקע? עטלעכע פֿאָרשערס האָבן אַרומגערעדט די איבערזעצונגען און באַאַרבעטונגען פֿון שלום־עליכמס װערק אין אַנדערע שפּראַכן און מעדיומס (טעאַטער, פֿילם), אָבער װײניק פֿאָרשערס האָבן זיך פֿאַרנומען מיט שלום־עליכמס שפּראַך גופֿא, װאָס איז בכלל נישט מעגלעך דורך איבערזעצונג. און אַז שלום־עליכמס אָריגינאַל איז דעם פֿאָרשער נישט צוטריטלעך, קען גרינג געמאָלט זײַן, אַז אין דער ביבליאָגראַפֿיע װעט מען פֿאַרקוקן סײַ שלום־עליכמס זעלטענערע (נאָך נישט איבערגעזעצטע) װערק, סײַ די עסײען און אַנאַליזן װאָס דורות ליטעראַטור־קריטיקערס האָבן אָנגעשריבן און אַרױסגעגעבן אױף ייִדיש. און אַז מע לײענט נישט די קריטיק אױף ייִדיש, איז שױן אָפּגערעדט, אַז ייִדיש װעט נישט פֿיגורירן צװישן די שפּראַכן, אױף װעלכע מע שרײַבט נײַע קריטיק.
איך װאָלט געװען אַ בעלן צו הערן װעגן דער ראָלע פֿון די פֿאַרשידענע שפּראַכן אױף די אַנדערע אונטערנעמונגען, װאָס קומען הײַנט פֿאָר אין שײַכות מיט שלום־עליכמס יאָרצײַט. איך שטעל זיך פֿאָר אַז אױף דער קאָנפֿערענץ, װאָס װערט אָרגאַניזירט סוף יוני אין קיִעװ, װעט רוסיש — װי באַװוּסט, די מוטערשפּראַך פֿון שלום־עליכמס קינדער — שפּילן אַ סך אַ גרעסערע ראָלע װי אױף דער ירושלימער/תּל־אָבֿיבֿער קאָנפֿערענץ, װוּ נישט קײן אײן רעדע איז געװען אױף רוסיש. סע װילט זיך האָפֿן, אַז ביז װינטער 2017 — ד״ה, דעם הונדערטסטן יאָרצײַט פֿונעם „זײדן“ פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, מענדעלע מוכר־ספֿרים — װעט ייִדיש שפּילן אַ גרעסערע ראָלע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.