פֿילם וועגן „עונג־שבת‟־אַרכיוו

Film about the Oneg Shabbos Archive

www.facebook.com/whowillwriteourhistory

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 22, 2016, issue of May 27, 2016.
www.facebook.com/whowillwriteourhistory

אין לאָדזש האַלט מען איצט אין פֿילמירן אַ דאָקומענטאַר־דראַמע וועגן דעם באַהאַלטענעם אַרכיוו אין וואַרשעווער געטאָ און די שרײַבער און היסטאָריקער, וואָס האָבן אים געשאַפֿן. דער פֿילם וועט הייסן „ווער וועט אָנשרײַבן אונדזער געשיכטע?‟

דער פֿילם, געמאַכט אויפֿן סמך פֿון ד״ר שמואל קאַסאָווס בוך וועגן דעם „עונג־שבת‟־אַרכיוו, ווערט פּראָדוצירט דורך נענסי שפּילבערג מיט דער שטיצע פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג, ווי אויך אַ ריי צדקה־אָרגאַניזאַציעס און באַשטײַערס פֿון יחידים איבער דער וועלט. די רעזשיסאָרין פֿונעם פֿילם, ראָבערטאַ גראָסמאַן, האָט פֿריִער מיטגעאַרבעט מיט נענסי שפּילבערג אויפֿן דאָקומענטאַר Above and Beyond, וואָס האָט איבערגעגעבן די געשיכטע פֿון די אַמעריקאַנער פּילאָטן, וואָס האָבן געהאָלפֿן גרינדן דעם ישׂראלדיקן לופֿט־פֿלאָט.

צוזאַמען מיט די צוויי אַמעריקאַנער ייִדישע פֿילמאָגראַפֿן נעמט אויך אָנטייל אין דער פּראָדוקציע אַ גאַנצע מאַנשאַפֿט פֿון פּוילישע אַקטיאָרן, פּראָדוצירער און קינאָ־אַרבעטער. אין די הויפּט־ראָלעס וועלן פּיאָטר גלאָוואַצקי שפּילן דעם היסטאָריקער עמנואל רינגלבלום, קאַראָלינאַ גרוזשקאַ — זײַן פֿרוי יודיטאַ, און יאָוויטאַ בודניק — די שרײַבערין רחל אויערבאַך. עס נעמען אויך אָנטייל אינעם פֿילם איבער 600 זײַטיקע אַקטיאָרן. ס׳רובֿ פֿונעם פֿילם וועט מען איבערגעבן פֿון אויערבאַכס פּערספּעקטיוו.

אין אַן אינטערווי מיט דער פּוילישער מלוכישער ראַדיאָ־נעץ האָט ראָבערטאַ גראָסמאַן באַשריבן די געשיכטע פֿונעם „עונג־שבת‟־אַרכיוו ווי „די סאַמע וויכטיקסטע געשיכטע וועגן דעם חורבן, וואָס מע האָט פֿריִער ניט דערציילט‟.

מע דערוואַרט אַז דער פֿילם וועט אַרויסקומען אין 2017.