הונדערט יאָר נאָך דעם ווי עס האָט אױפֿגעהערט צו קלאַפּן דאָס האַרץ פֿונעם גרױסן ייִדישן שרײַבער, שלום־עליכם, האָבן זײַנע אָפּשטאַמלער ווײַטער, ווי יעדעס יאָר אָפּגעמערקט זײַן יאָרצײַט אין מאַנהעטן, דורכן לייענען, און הנאה האָבן פֿון זײַנע ווערק.
די הזכּרה איז פֿאָרגעקומען זונטיק, דעם 22סטן מײַ, ווי יעדעס יאָר — אינעם בנין פֿון דער „ברודערשאַפֿט־סינאַגאָגע‟ (קהילה „בית־אחים‟) אין מאַנהעטן. מען האָט זי דורכגעפֿירט בהסכּם מיטן שרײַבערס עטישער צװאה, אין װעלכער ער האָט געװוּנטשן, צװישן אַנדערן, אַז, זײַן משפּחה זאָל „… זיך צונױפֿקלײַבן…מיט גלאַט גוטע פֿרײַנד, און פֿאָרלײענען די דאָזיקע צװאה מײַנע, און אױך אױסקלײַבן אַ מעשׂה פֿון מײַנע מעשׂהלעך, פֿון די סאַמע פֿרײלעכע, און פֿאָרלײענען עס אין װאָסער שפּראַך ס’װעט פֿאַר זײ זײַן מער פֿאַרשטענדלעך, און זאָל מײַן נאָמען דערמאָנט װערן פֿון זײ בעסער מיט אַ געלעכטער אײדער גאָרניט דערמאָנט װערן…‟
דעם אָװנט לזכּרון שלום־עליכם האָט געעפֿנט זײַן אור־אײניקל, קענעט קאַופֿמאַן. ער האָט פֿאָרגעשטעלט פֿאַרן עולם די בײַגעװעזענע מיטגלידער פֿונעם שרײַבערס משפּחה, זײערע גוטע פֿרײַנד און חשובֿע געסט, און אױך רעציטירט אײניקע װיצן און אַפֿאָריזמען פֿון זײַן באַרימטן עלטער־זײדן. דערנאָך האָט ער פֿאַרבעטן צום מיקראָפֿאָן דעם באַקאַנטן אַקטיאָר פֿון דער ייִדישער בינע, שײן בײקער, װעלכער האָט פֿאָרגעלײענט אױף ייִדיש אַ פֿראַגמענט פֿון שלום־עליכמס צװאה. זײַן ענגלישע איבערזעצונג האָט רעציטירט דעם שרײַבערס אײנציקער לעבעדיקער אײניקל, דער פּענסיאָנירטער דאָקטער, מוזיקער, קאָמפּאָזיטאָר און פּאָעט, שערװין קאַופֿמאַן. אַזױ װי מיט אַ יאָר צוריק, האָט קאַופֿמאַן אױך פֿאָרגעלײענט דעם זײדנס עפּיטאַפֿיע, איבערגעזעצט אױף ענגליש פֿון זײַן שװעסטער, בעל קאַופֿמאַן. אין זעקס װאָכן אַרום, װעט שערװין װערן 96 יאָר אַלט, ביז הונדערט און צװאַנציק!
דער דירעקטאָר פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, אהרן לאַנסקי האָט אַנאַליזירט שלום־עליכמס ליטעראַרישן שאַפֿן אױפֿן סמך פֿונעם קאַפּיטל, „חװה‟ פֿון „טבֿיה דעם מילכיקן‟. לױט דער בקשה פֿונעם שרײַבערס משפּחה, האָבן די דרײַ שױשפּילער — שײן בײקער, יעלענאַ שמולענסאָן און אַלען ריקמאַן, אױסגעפֿירט — אײנצײַטיק אױף ייִדיש און ענגליש — אַ טעאַטראַליזירטע פֿאָרשטעלונג פֿון דער דערציילונג, „ס’אַ ליגן!‟.
דער פּראָמינענטער דיכטער און ליברעטיסט, דער אױטאָר פֿון טעקסטן צו פּאָפּולערע מיוזיקלס, אַרײַנגערעכנט „פֿידלער אױפֿן דאַך‟ — שעלדאָן האַרניק — האָט פֿאָרגעלײענט אױף ענגליש שלום־עליכמס מעשׂה, „איבער אַ היטל”. דער װעלט־באַרימטער פֿידלער, יצחק פּערלמאַן, לייענט פֿאָר אױף ענגליש די דערצײלונג „דעם זײדנס געשיכטע‟. צום סוף, האָט מען געװיזן אױפֿן גרױסן עקראַן די װידעאָ־רעקאָרדירונג פֿון דער רעדע, װאָס בעל קאַופֿמאַן האָט געהאַלטן בעת איר זײדעס יאָרצײַט מיט דרײַ יאָר צוריק. אַלע אױפֿטריטן אין יענעם אָװנט האָט דער פֿילצאָליקער עולם באַגלײט מיט געלעכטער און אַפּלאָדיסמענטן, און לױט דער לאַנג אײַנגעפֿירטער טראַדיציע, האָט זיך שלום־עליכמס הזכּרה פֿאַרענדיקט, אַוודאי, מיט כּיבוד.
שלום־עליכם איז ניפֿטר געוואָרן דעם 13טן מײַ 1916, אַרום זיבן אַ זײגער אינדערפֿרי אינעם ברױנשטײנערנעם הױז נומער 968 אױף קעלי־גאַס אין די בראָנקס, װוּ ער האָט געוווינט מיט זײַן משפּחה און דעמאָלט געהאַלטן אין מיטן שרײַבן אַ המשך פֿון „מאָטל פּײסי דעם חזנס‟. די עקסטראַ־אױסגאַבעס פֿון ייִדישע צײַטונגען האָבן שנעל פֿאַרשפּרײט די טרױעריקע ידיעה איבער דער גאַנצער שטאָט. לױט דער בקשה פֿונעם שרײַבערס קרובֿים, איז געשאַפֿן געװאָרן דער לװיה־קאָמיטעט בראש מיטן אָנפֿירער פֿון דער ניו־יאָרקער קהילה, ד”ר יהודה מאַגנעס.
די לװיה פֿון שלום־עליכמען, װאָס איז פֿאָרגעקומען מאָנטיק, דעם 15טן מײַ, איז אין יענער צײַט געװען די גרעסטע אין דער געשיכטע פֿון ניו־יאָרק. זי האָט געדױערט העכער זיבן שעה, און די טרױער־פּראָצעסיע האָט זיך געצױגן דורך דער בראָנקס, מאַנהעטן און ברוקלין. לױט פֿאַרשײדענע אָפּשאַצונגען, האָבן זיך דערין באַטײליקט פֿון 100,000 ביז 250,000 נפֿשות פֿון כּלערלײ שיכטן פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג — אָרעמע און רײַכע, יונגע און אַלטע, פֿרומע און פֿרײַע, אָנהענגער פֿון אַלע מינים פּאָליטישע אָנשױונגען. די דעמאָלטיקע פּרעסע האָט איבערגעגעבן, אַז טױזנטער מענטשן זײַנען געקומען אָפּצאָלן דעם לעצטן חובֿ זײער געליבטן שרײַבער. לענגאױס דעם גאַנצן פּראָצעסיע־מאַרשרוט, האָבן זײ געקוקט דערױף פֿון די טראָטואַרן, פֿון די פֿענצטער, פֿײַער־עסקײפּס און דעכער פֿון די הײַזער, און אפֿילו פֿון די בײמער און פֿאָנטאַנען.
זײער לעצטן כּבֿוד דעם קלאַסיקער פֿון ייִדישער ליטעראַטור האָבן אָפּגעגעבן חשובֿע פֿאָרשטײער פֿון דער ייִדישער געמײנדע: זײַנע קאָלעגעס — שרײַבער און דיכטער, זשורנאַליסטן, שױשפּילער, כּלל־טוער, רבנים, געשעפֿטסלײַט. צװישן זײ זײַנען געװען שלום אַש, אַבֿרהם רײזען, יוסף אָפּאַטאָשו, יהואש, דוד פּינסקי, מאַני לײב, חיים זשיטלאָװסקי, מאָריס װינטשעװסקי, יעקב שיף, יאָסעלע ראָזענבלאַט, אַב קאַהאַן און אַנדערע פּראָמינענטע פּערזענלעכקײטן.
שלום־עליכם איז צײַטװײַליק באַגראָבן געװאָרן אױפֿן „הר־נבו‟ בית־עולם, בײַ דער גרענעץ פֿון ברוקלין און קװינס. מען האָט פּלאַנירט אים אַריבערצופֿירן שפּעטער, נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה, אין זײַנע הײמישע מקומות אין רוסלאַנד. אין 1921, פֿונדעסטװעגן, האָט מען אים ענדגילטיק מקבר געװען אױף דער קרקע פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟ אױפֿן דערבײַיִקן אַלטן „הר־הכּרמל‟ בית־עולם אין קװינס.
שלום־עליכמס לװיה האָט אין אַ היפּשער מאָס פֿאַראײניקט די ייִדן פֿון ניו־יאָרק אין זײער געמײנזאַמען טרױער. זי האָט אױך געװיזן, אפֿשר צום ערשטן מאָל, אַז זײ קענען אױפֿטרעטן ווי אַ שטאַרקער כּוח, װאָס מ׳דאַרף זיך דערמיט רעכענען אין געזעלשאַפֿטלעכן און פּאָליטישן לעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.