ייִדיש־לעקציע דורך באַשעוויסעס „פֿאַמיליע מושקאַט‟

Learning Yiddish Through Bashevis' "Family Mushkat"

Yehuda Blum

פֿון הערשל גלעזער

Published May 25, 2016, issue of May 27, 2016.

אין דער רובריק לערנען מיר זיך דעם טײַטש פֿון געשמאַקע פּויליש־ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן, וואָס יצחק באַשעוויס זינגער האָט געניצט אין זײַן ראָמאַן „פֿאַמיליע מושקאַט‟.


ווי מיר ווייסן שוין פֿון מײַן פֿריִערדיקן אַרטיקל, איז ר׳ משולם מושקאַט אָנגעקומען קיין וואַרשע מיט זײַן נײַ ווײַב און שטיפֿטאָכטער. דאָס ווײַב ווערט פֿון וואַרשע נתפּעל: „קיין עין־הרע אַ כּרך, האַ?“ נאָר אויף דער שטיפֿטאָכטער מאַכט עס נישט קיין רושם: „׳עך זע נאָך דערווײַל גאָרנישט!׳ האָט זי אָפּגעענטפֿערט אין אַ פּלאַטשיקער גאַליציאַנער אויסשפּראַך“.

דאָס וואָס ס׳ווײַב מיט דער שטיפֿטאָכטער זענען גאַליציאַנער איז וויכטיק צוליב צוויי סיבות. ערשטנס, כאָטש הײַנט איז גאַליציע (חוצן מיזרח) אַ טייל פֿון פּוילן, איז עס דעמאָלט געווען אַ טייל פֿון דער עסטרײַכישער אימפּעריע, בשעת וואַרשע און ס׳רובֿ פּוילן האָבן געהערט צו רוסלאַנד. זענען אין די צוויי ראַיאָנען אויפֿגעקומען היפּשע אַנדערע רגילותן: למשל, די גאַליציאַנער האָט געצויגן צו ווין, נישט צו וואַרשע. אָט פֿאַר וואָס ר׳ משולם האַלט פֿאַר נייטיק צו פֿאַרענטפֿערן פֿאַר די ווײַבער זײַן שטאָט: „׳אַוודאי, צו ווין קומט עס נישט!׳“

חוץ דעם איז כּדאַי אָנצוּווײַזן, אַז דער שטיפֿטאָכטערס „עך“ גיט אָנצוהערן דערויף, וואָס דאָס וואָרט „איך“ האָט אפֿשר זיבן פֿאַרשיידענע אַרויסרעדן: אין גאַליציע, בוקעווינע און טייל אוקראַיִנע — „עך“; אין לובלינער געגנט — „יעך“, אין וואַרשע און אַרום — „יאַך“, אין לאָדזש „אי-י-יך“ (ד״ה, מיט זייער אַ לאַנגן „י“־וואָקאַל); אין צפֿון־אוקראַיִנע — „איך“, אין דער ליטע — „ייִך“ און אינעם „קלין“ צווישן וואַרשע און ביאַליסטאָק — „אַך“. דער אויסלייג „איך“ האָט זיך אָנגענומען מסתּמא מיטן אונטערשפּאַר פֿונעם דײַטשישן ich, אָבער דאָס פֿאַרדעקט דעם גאַנצן ייִדישן רעגן־בויגן. מחשבֿותן, האָט זיך דווקא פֿאַרן אויסלייג „ייִך“ אָנגענומען דער פּיאָנער פֿון דער ייִדישער פֿילאָלאָגיע, בער באָראָכאָוו; חוץ דעם האָט אַזוי גערעדט מײַן באָבע, פֿון גראָדנער געגנט, איז עס מיר אײַנגעבאַַקן אין האַרצן.

„ווי אַלע מאָל ווען ר׳ משולם איז ערגעץ געפֿאָרן אָדער צוריקגעקומען, איז גלײַך געוואָרן אַרום אים אַ רעדל נײַגעריקע“ — אין טראַדיציאָנעלן מאַמע־לשון האָט מען אויף מענטשן וואָס שטייען צוזאַמען אין גאַס נישט געזאָגט „גרופּע“, נאָר „רעדל“. ר׳ משולם האָט געהאַט „אַ ווײַס בערדל, וואָס איז געוואַקסן אויפֿן שפּיץ קין — שיטער, יעדע האָר איבערצוציילן“, ד“ה, גאָר ווינציק.

כאָטש ר׳ משולם „האָט אויסגעזען אַנדערש ווי געוויינטלעך וואַרשעווער ייִדן פֿון אַלטן שניט“, האָט מען אים „פֿון דער ווײַטנס געקאָנט אָננעמען פֿאַר אַן אַלטן פּויליש פּריץ אָדער אַפֿילו אַ קאַצאַפּ“, ד״ה, אַ רוס. וועגן ר׳ משולמס קאַפּאָטע שרײַבט באַשעוויס „דאָס בגד“ — ליטווישע ייִדן זאָגן „דער בגד“, פּוילישע „דאָס מלבוש“, האָט באַשעוויס (אָדער דער זעצער) די צוויי אויסגעמישט. „אויף ביידע שלייפֿן“ האָט ער געהאַט „שטיקלעך ווײַסע פּאות, שוין האַלב אויסגעקראָכענע“ — אַז די האָר בײַ אַ מאַנסביל (זעלטענער: בײַ אַ ווײַבספּאַרשוין) ווערן שיטער, זאָגט מען, אַז זיי קריכן אויס.

„דער וועג פֿון וויעלקע צום גזשיבאָוו [איז] געווען פֿאַרשפּאַרט מיט וועגענער פֿון פֿײַער־לעשער און מ׳האָט געמוזט פֿאָרן מיט דער מאַרשאַלקאָווסקע און דער קרולעווסקע“. נאָכן חורבן וואַרשע האָט מען נישט נאָר געגעבן טייל גאַסן נײַע נעמען, נאָר אויך באַשאַפֿן נײַע גאַסן און אָפּגעשאַפֿט אַלטע. דער בעסטער משל איז אפֿשר די אַמאָליקע ייִדישע האַנדלסגאַס „נאַלעווקעס“ (פּויליש: Nalewki), וואָס איז אײַנגעגלידערט געוואָרן אין אַ נײַעם בולוואַר אויפֿן נאָמען פֿונעם פּוילישן גענעראַל פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, וולאַדיסלאַוו אַנדערס. ווי אַ זכר לחורבן איז געבליבן דער נאָמען Nalewki אויף אַ געסל נישט ווײַט פֿון די אַמאָליקע נאַלעווקעס.

Wielka איז הײַנט מער נישטאָ — זי איז געוואָרן אַ טייל פֿונעם פּלאַץ אַרום דעם „פּאַלאַץ פֿון קולטור און וויסנשאַפֿט“, וואָס סטאַלין האָט געגעבן די פּאָליאַקן אַ „מתּנה“. ביזן הײַנטיקן טאָג, אָבער, זענען Marszałkowska און Królewska געבליבן צווישן די וואַרשעווער הויפּטגאַסן.

נאָר פֿון דעם פּאַראַגראַף איז דער וויכטיקסטער נימשל דאָס, וואָס גאַסן אין וואַרשע (און כּמעט אַלע שטעט און שטעטלעך) האָבן געהאַט אייגענע ייִדישע נעמען. אין וואַרשע האָט, אַ שטייגער, Żelazna געהייסן „אײַזנגאַס“; Solna — „זאַלצגאַס“, Długa — „לאַנגע גאַס“, Wielka — (דאַכט זיך) „ברייטע גאַס“ (אַזוי — אין ווילנע). די גאַס וואָס אויף פּויליש הייסט זי Grzybowska הייסט טאַקע אויף מאַמע־לשון אויך „גזשיבאָווסקע“, אָבער דער Plac Grzybowski, וווּ (ווי מיר׳ן נאָך לייענען בײַ באַשעוויסן) איז אַ מאָל געווען דער צענטער פֿון דער ייִדישער געגנט און בײַם הײַנטיקן טאָג געפֿינט זיך דער ייִדישער טעאַטער, הייסט גאָר „דער גזשיבאָוו“ (אַוודאי אַרויסגערעדט „גזשיבעוו“).

אויך דער פּאַרק וואָס אויף פּויליש הייסט ער Ogród Saski הייסט בײַ ייִדן „זאַקסיקער גאָרטן“, וווּ, שרײַבט דער מחבר, „בײַם טויער זענען געשטאַנען צוויי זשאַנדאַרמען מיט קרומע שווערדן און געהיט, עס זאָלן זיך נישט אַרײַנכאַפּן לאַנג געקליידטע ייִדן און באַשייטלטע ייִדענעס שעפּן פֿרישע לופֿט“. נאָך פֿרישער לופֿט האָבן ייִדן יאָ געמעגט אַרײַנגיין אין קראַשינסקיס גאָרטן (Ogród Krasińskich), לעבן די נאַלעווקעס, צי גאָר פֿאָרן קיין מאָנקעטאָוו (ווי ס׳דערציילט אַהרן צייטלינס ייִד פֿונעם „מאָנאָלאָג אין פּליינעם ייִדיש) — אויף פּויליש Pole Mokotowskie.

„מיט אַ מאָל האָט זיך די קאָטש אַרײַנגעדרייט אויפֿן גזשיבאָוו און אַלץ האָט זיך פֿאַרענדערט“. מיט וואָס אַלץ האָט זיך געביטן — אינעם ווײַטערדיקן אַרטיקל.