ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

Getty Images

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published May 24, 2016, issue of May 27, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

געפֿונען גאָלדענע צירונג אין אוישוויץ־מוזיי

אַ געפֿינס אינעם אוישוויץ־מוזיי — אַ גאָלדענער רינג און אַ גאָלדענער בראַסלעט.

די דײַטשן האָבן געראַבעוועט אַלע זאַכן וואָס די אָנגעקומענע ייִדן האָבן געהאַט מיט זיך — פֿון קליידער ביז געשיר. ווער סע האָט באַזוכט דעם אוישוויץ־מוזיי האָט געקאָנט זען הונדערטער אַזעלעכע אָביעקטן.

צווישן די דאָזיקע אָביעקטן געפֿינט זיך אַ טאַסע מיט אַ טאָפּלטן גרונט. נאָך זיבעציק יאָר האָט די טאַסע לעצטנס געפּלאַצט און עס האָט זיך אַרויסגעוויזן אַז אינעווייניק האָט מען באַהאַלטן די צירונגען. די צירונגען שטאַמען פֿון פּוילן. זיי האָבן מסתּמא געהערט צו אַ פֿרוי וואָס האָט געהאָפֿט אַז דאָס ביסל גאָלד וועט איר העלפֿן איבערצולעבן.

דער סאַמע עפֿעקטיווסטער דייַטשישער וואָפֿן איז געווען זייער ליגנערישע פּראָפּאַגאַנדע. די דײַטשע אָקופּאַנטן האָבן דערקלערט אַז זיי האָבן בדעה צו שיקן די ייִדן אין די נײַע מזרח־געביטן. פֿון אומברענגען איז נישט געווען קיין רייד. במילא האָבן די ייִדן גענומען מיט זיך כּלערליי זאַכן וואָס — אַזוי האָבן זיי געהאָפֿט — וועלן זיי העלפֿן מיט זייער חיונה.

אינעם אוישוויץ־מוזיי געפֿינען זיך אַן ערך צוועלף טויזנט כּלים עס- און טרינק-געשיר. דאָס איז אָבער מסתּמא דאָס ערשטע מאָל, וואָס מען האָט געפֿונען באַהאַלטענע צירונגען אין איינעם פֿון זיי.


דורכן סמאַרטפֿאָן קען מען אויסגעפֿינען צי אַ געוויס בילד איז געגנבֿעט געוואָרן פֿון די נאַציס

דער לוּוורע־מוזיי אין פּאַריז האָט די מאָנאַ ליזאַ. דער נאַציאָנאַלער מוזיי אין וואַרשע האָט „די ייִדענע מיט די מאַראַנצן‟. דאָס בילד האָט דער גרויסער פּוילישער מאָלער אַלעקסאַנדער גיערעמסקי געמאַלעוועט אין יאָר 1881.

די דײַטשן האָבן געראַבעוועט אין פּוילן אָן אַ שיעור בילדער און אַנדערע קונסט־אָביעקטן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. גיערעמסקיס בילד איז געווען צווישן זיי. מיט זעקס יאָר צוריק האָט די משפּחה פֿונעם דײַטשן גנבֿ (מסתּמא אַן אָפֿיציר, ווײַל אַ פּשוטער סאָלדאַט האָט נישט געהאַט קיין צוגאַנג צו אַזעלעכע ווערטפֿולע זאַכן) פֿאַרקויפֿט דאָס בילד. מיר ווייסן נישט ווער עס איז געווען דער גנבֿ ווײַל דאָס ליציטאַציע־הויז האָט נישט אַנטפּלעקט זײַן אידענטיטעט און וויפֿל האָבן די פּאָליאַקן געמוזט צאָלן כּדי צוריק צו באַקומען זייער אייגן האָב־און־גוטס.

אַגבֿ, ס’איז ממש צו שטוינען, אַז דער פּוילישער נאַציאָנאַלער מוזיי האָט באַדאַרפֿט צאָלן אַ מאַיאָנטעק פֿאַר אַ בילד, וואָס האָט געהערט צו אים נאָך פֿאַר דער מלחמה. אפֿשר וואָלט געווען מער יושרדיק צו שיקן די גנבֿים אין תּפֿיסה אַנשטאָט צו באַשיטן זיי מיט געלט, אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.

ווי געזאָגט, האָבן די דײַטשן באַרויבט טויזנטער בילדער און אַנדערע קונסט־אָביעקטן פֿון פּוילישע ייִדן און סתּם פּאָליאַקן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה און אַ סך פֿון זיי געפֿינען זיך נאָך ביי זיי.

איצט איז אַרויס אין פּוילן אַ נײַער „אַפּ‟ — WWW.ARTSHERLOK.PL. שערלאָק איז, ווי מיר ווייסן אַלע, דער באַרימטער דעטעקטיוו — שערלאָק האָלמס. די אַפּליקאַציע מאַכט פֿון יעדן איינעם וואָס האָט אַ סמאַרטפֿאָן — אַ שטיקל דעטעקטיוו. אויב איר זעט אַ בילד וואָס זעט אויס עפּעס קענטלעך, אָבער איר ווייסט נישט גענוי פֿאַרוואָס, קענט איר פּשוט געבן אַ קוועטש, מאַכן אַ בילד, און די שערלאָק־אַפּליקאַציע וועט אײַך באַלד לאָזן וויסן אויב איר האָט טאַקע אַנטדעקט אַ טריפֿענע סחורה — אַ בילד וואָס די דײַטשן האָבן געגנבֿעט בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. נישט נאָר דאָס. איר וועט קענען לייענען צו וועמען האָט דאָס בילד געהערט פֿאַרן קריג.