ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow


פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published May 26, 2016, issue of May 27, 2016.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

4,500 מענטשן באַזוכן מאָסקווער ייִדישן מוזיי אין דער „מוזייען־נאַכט‟

די הויפּט-געשעעניש פֿונעם קולטורעלן לעבן אין מאָסקווע איז די פֿאַרגאַנענע וואָך געווען די „מוזייען־נאַכט‟: ס׳רובֿ מוזייען האָבן געאַרבעט שבת־צו־נאַכטס און די נאַכט נאָך דעם, און דער אַרײַנטריט אין ס׳רובֿ פֿון זיי איז געווען פֿרײַ. אין דער אונטערנעמונג האָט אָנטייל גענומען אויך דער נײַער מאָסקווער ייִדישער מוזיי, און אים האָבן פֿרײַ באַזוכט 4,500 מענטשן. דער מוזיי האָט צוגעגרייט אַ ספּעציעלע פּראָגראַם: קאָמענטירט לייענען פֿון ש”י עגנונס חסידישע דערציילונגען און אַ קאָנצערט פֿון אַוואַנגאַרדישער מוזיק אויף אַ ספּעציעלן מוזיקאַלישן אינסטרומענט — טערמענוואָקס.

אין דער אונטערנעמונג האָבן אויך אָנטייל גענומען מוזייען פֿון דער פּראָווינץ. עס קומט אַ ידיעה פֿון וולאַדיוואָסטאָק, אַ גרויסע שטאָט אויף מיזרח־רוסלאַנד, וווּ דער מוזיי האָט אָרגאַניזירט אַן עקסקורסיע — „דער ייִׅדישער וולאַדיוואָסטאָק‟. עס ווערט דערציילט ווי ייִׅדישע גבֿירים האָבן אָנטייל גענומען אינעם אויפֿבויען די שטאָט און די וולאַדיוואָסטאָקער אינדוסטריע; וועגן דער לאַגע פֿון ייִׅדן אין דער שטאָט און זייער לעבן פֿאַר דער אָקטאָבער-רעוואָלוציע.


רעפֿעראַט אין ייִדישן מוזיי וועגן טעאָלאָגיע פֿונעם פֿיפֿטן ליובאַוויטשער רבי

דער נײַער מאָסקווער ייִׅדישער מוזיי אָרגאַניזירט אויך רעפֿעראַטן אין ראַמען פֿון דער אויסשטעלונג „עבֿודת הלבֿ. חסידות: צדיקים, רעליקוויעס, ספרים‟, וואָס איז אָפֿן שוין אַן ערך אַ חודש. די וואָך קומט אין מוזיי פֿאָר אַ באַגעגעניש מיט יואל רגבֿ — היסטאָריקער פֿון ייִׅדישער פֿילאָסאָפֿיע. ער האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דער טעאָלאָגיע פֿונעם פֿיפֿטן ליובאַוויטשער רבי, ר’ שלום-דובֿ-בער.


לעוו שלאָסבערג באַקומט פּרעמיע פֿאַר פּאָליטישער טעטיקייט

אַ פּאָליטישע ידיעה: די פֿונדאַציע, וואָס שטיצט די טעטיקייט פֿון דער רוסישער אָפּאָזיציע, האָט אײַנגעהענטיקט איר ערשטע פּרעמיע פֿאַר פּאָליטישער טעטיקייט. די פֿונדאַציע טראָגט דעם נאָמען פֿון באָריס נעמצאָוו — אָפּאָזיציע-טוער וואָס איז דערהרגעט געוואָרן מיט אַ יאָר צוריק. די ערשטע פּרעמיע — פֿאַר מוט און באַשיצן די ווערטן פֿון פֿרײַהייט און דעמאָקראַטיע — איז צוגעטיילט געוואָרן לעוו שלאָסבערגן, אַ געוועזענער דעפּוטאַט פֿון פּסקאָוו, וואָס האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן אויספֿאָרשונג פֿון דער פּרשה פֿון פּסקאָווער סאָלדאַטן, וואָס זענען אומגעקומען אין דער אוקראַיִנישער מלחמה און אַנטפּלעקט די אָפֿיציעלע פֿאַלסיפֿיקאַציעס אין דעם ענין. אין נאָוועמבער 2015 זײַנען אומבאַקאַנטע באַפֿאַלן שלאָסבערגן און אים שטאַרק אָנגעשלאָגן.


שרײַבער רובי נאַמדאַר רעדט בײַ „אשכּולות‟ וועגן דוד המלך אין דער ייִדישער ליטעראַטור

דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט אָרגאַניזירט צוויי באַגעגענישן מיט זײַן ספּעציעלן גאַסט פֿון ניו-יאָרק — דער ייִדישער שרײַבער רובי נאַמדאַר. אויף דער ערשטער באַגעגעניש האָט נאַמדאַר קאָמענטירט געשיכטעס פֿון תּלמוד וועגן ר’ אלעזר בן דורדיא, און די צווייטער באַגעגעניש איז געווען געווידמעט דער געשטאַלט פֿון דוד המלך אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור — אינעם תּנ”ך, תּלמוד און שפּעטערער ליטעראַטור און פֿילאָסאָפֿיע. דערצו האָט דער „מאָסקווער אַנסאַמבל פֿון דער מאָדערנער מוזיק‟ אויסגעשפּילט די ווערק פֿון די קאָמפּאָזיטאָרן פֿונעם 21סטן י”ה, וואָס זענען צוגעפּאַסט צו דודס תּהילים.


9 אַנימאַציע־פֿילמען אויסגעקליבן פֿאַר אינטערנאַציאָנאַלן פֿאַרמעסט

די ייִׅדישע שול „אָרט‟ האָט פֿאַרסך־הכּלט די רעזולטאַטן פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן פֿאַרמעסט פֿון קאָמפּיוטער-אַנימאַציע צווישן די ייִדישע שול-תּלמידים. די באַטייליקטע האָבן געמוזט פֿאָרשטעלן אַן אַנימאַציע-פֿילם, וואָס באַזירט זיך אויף אַ געשיכטע פֿון דער ייִׅדישער ליטעראַטור אָדער פֿאָלקלאָר. עס זענען צוגעשיקט געוואָרן עטלעכע טוץ פֿילמען; פֿון זיי האָט דער זשורי אויסגעקליבן נײַן.


אויסשטעלונג פֿון אילוסטראַציעס פֿון שלום־עליכמס העלדן

און די לעצטע ידיעה אויף הײַנט: אין מאָסקווער גאַלעריע „וועלום‟ האָט זיך געעפֿנט אַן אויסשטעלונג, געווידמעט שלום-עליכמען, מיטן נאָמען „די שטערן פֿאַלן ניט, די שטערן בלאָנדזשען‟. עס ווערן אויסגעשטעלט גראַפֿישע ביכער-אילוסטראַציעס פֿון אַנאַטאָלי קאַפּלאַן און סקולפּטורן פֿון גריגאָרי זלאַטאָגאָראָוו, וואָס שטעלן פֿאָר שלום-עליכמס העלדן. די אויסשטעלונג וועט זײַן אָפֿן ביזן 5טן יוני.