פֿונעם 19טן ביזן 22סטן יולי 2016 וועט די געזעלשאַפֿט „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר” אין ווײַמאַר, דײַטשלאַנד, צונויפֿרופֿן אַ מוזיק־קאָנפֿערענץ, אין וועלכער מע וועט זיך פֿאַרטיפֿן אין אַ רעלאַטיוו נײַעם צוגאַנג צו דער ייִדישער מוזיק און טענץ: ווי קענען קלעזמאָרים, זינגער און טענצער אַרויסטרעטן אויף אַזאַ אופֿן, זייער קונסט זאָל אָפּשפּיגלען ווי מע האָט די קונסט פֿאָרגעשטעלט אינעם מיזרח־אייראָפּעיִשן שטעטל?
דאָס הייסט, מע זאָל נעמען אין באַטראַכט די נײַסטע פֿאָרשונג פֿונעם אַמאָליקן סטיל, רעפּערטואַר און פֿאָלקסלעבן בײַם אויפֿטרעטן פֿון דער בינע. אויף ענגליש הייסט די טעמע — Yiddish historically informed performance. דעם צוזאַמענקום האָבן אָרגאַניזירט פּראָפֿ׳ דינה מאַטוט, דער מוזיקער און פֿאָרשער אַנדרעאַס שמיטגעס, און ד״ר אַלען בערן, דער דירעקטאָר און גרינדער פֿון „ייִדיש זומער ווײַמאַר”. די קאָנפֿערענץ ווערט געשטיצט פֿון דער דײַטשער רעגירונג און פֿונעם אָפּטייל פֿון ייִדישע שטודיעס בײַם האַלער אוניווערסיטעט.
וואָס שטעקט אונטער דעם באַגריף? אין דער וועלט פֿון קלאַסישער מוזיק האָבן אַ צאָל קריטיקער זיך באַקלאָגט, אַז ווען מע שפּילט הײַנט מאָצאַרטס אַ פּיאַנע־קאָנצערטאָ, למשל, קלינגט עס גאָר אַנדערש ווי ס’וואָלט געקלונגען אין מאָצערטס צײַטן. נאָך מער, טענהן זיי, איז די פֿאָרשטעלונג פֿון מאָצאַרטס מוזיק פּשוט נישט אַקוראַט. האָט זיך אַנטוויקלט אַ באַוועגונג וואָס פֿאָדערט, מע זאָל שפּילן די קלאַסישע מוזיק ווי די קאָמפּאָזיטאָרן אַליין האָבן געוואָלט מע זאָל זי שפּילן.
נו, וועט מען זיכער געבן אַ פֿרעג — ווי אַזוי ווייסן מיר ווי יענע קאָמפּאָזיטאָרן האָבן געוואָלט זייער מוזיק זאָל קלינגען? מע ווייסט טאַקע נישט. מע ווייסט אויך נישט ווי מאָצאַרט האָט געשפּילט אויף דער פּיאַנע, און מע ווייסט נישט ווי עס האָט אויסגעזען דער עולם וואָס האָט זיך צוגעהערט צו מאָצאַרטס מוזיק מיט צוויי הונדערט יאָר צוריק.
אינעם קול־קורא פֿון דער קאָנפֿערענץ האָט מען ציטירט אַ ספּעציאַליסט פֿון דער „פֿרי‟־קלאַסישער מוזיק, טרעוואָר פּינאָק, און איך גיב איצט אַ פֿרײַע איבערזעצונג פֿון זײַנע ווערטער: „אַלע פּרעזענטירער וועלכע האַלטן, אַז זיי האָבן אין זינען די ריכטיקע היסטאָרישע מעטאָדן דאַרפֿן געבן זייער גאַנצן אָפּמערק די נײַע פֿאָרשונגען, צי זיי וועלן זיך האַלטן בײַ זיי, צי נישט. צוזאַמען מיט די ענינים בנוגע דער פֿאָרשטעלונג און טעכנישער צוגרייטונג דאַרף מען נעמען אין באַטראַכט די פֿאָרשונג און זי נישט באַזײַטיקן‟.
די אָרגאַניזירערס פֿון דער קאָנפֿערענץ האָבן צוגעגעבן, אַז דאָס נעמען היסטאָרישע פּרעציזקייט אין באַטראַכט מיינט, אַז מע דאַרף פֿאָרשן די מקורים פֿון דער מוזיק, וואָס מע שפּילט הײַנט. „מיר ווילן שאַפֿן אַן אָנגייענדיקע, לעבעדיקע פֿאַרבינדונג צווישן די קינסטלער, וועלכע שטעלן פֿאָר די ייִדישע מוזיק און טענץ הײַנט, און די פֿאָרשער וועלכע שטודירן די געשיכטע פֿון די פֿאַרשיידענע מינים קונסט‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.