בײַ אונדז ייִדן איז דאָס געדענקען די ניפֿטרים זייער אַ חשובֿע זאַך, ממש אַ חובֿ.
במשך פֿון עלף חדשים נאָכן טויט פֿון אַ טאַטן אָדער מאַמען זאָגט מען דרײַ מאָל אַ טאָג קדיש. אויף זייער יאָרצײַט, ווי אויך יום־כּיפּור, סוכּות, פּסח און שבֿועות צינדט מען אַ ליכטל און מע זאָגט יזכּור נאָך זיי און נאָך אונדזערע אַנדערע ליבע קרובֿים, וואָס זענען מער נישטאָ.
מיר מערקן אָפּ דעם 19טן אַפּריל לזכּרון די זעקס מיליאָן קדושים, אַרײַנגערעכנט די אומגעקומענע קעמפֿער פֿון וואַרשעווער געטאָ, און טוען עס ווידער „יום־השואה‟. „יום־הזכּרון‟ גיט מען אָפּ כּבֿוד די אומגעקומענע סאָלדאַטן פֿון צה״ל.
נאָר ווען עס רעדט זיך וועגן די צוויי טעג אינעם קאַלענדאַר געווידמעט די אַמעריקאַנער סאָלדאַטן — דער „וועטעראַנען־טאָג‟, דעם 11טן נאָוועמבער, און דער אָפֿיציעלער „אָנדענק־טאָג‟ [„מעמאָריאַל־דיי‟], דעם לעצטן מאָנטיק פֿונעם חודש מײַ — מאַכן מיר זיך נישט וויסנדיק, עלעהיי נישט אונדז מיינט מען (גם אַני חטאָתי). אַזוי ווי ס׳רובֿ אַמעריקאַנער, פֿאַרברענגען מיר מיט קרובֿים און פֿרײַנד אויף באַרבעקיוס, מיר פֿאָרן צום ים, אָדער מיר כאַפּן אַרײַן שיינע מציאות אין „מייסיס‟.
צום טייל איז עס ווײַל ווייניק ייִדן קענען פּערזענלעך אַ סאָלדאַט, וואָס דינט הײַנט אָדער האָט לעצטנס געדינט אינעם אַמעריקאַנער מיליטער. הגם יעדער אַמעריקאַנער בחור מוז בײַם דערגרייכן 18 יאָר זיך רעגיסטרירן, איז עס נאָר אַ פֿאָרמאַליטעט; בלויז די וואָס ווילן טאַקע דינען פֿאַרשרײַבן זיך אין אַ מיליטערישער אַקאַדעמיע און ווערן סאָלדאַטן. ס׳רובֿ יונגע ייִדן באַשליסן גיכער צו שטודירן אין אוניווערסיטעט, גיין אַרבעטן, אָדער זיך לערנען אין אַ ישיבֿה.
אָבער ווען מע נעמט אין באַטראַכט וואָס פֿאַר אַ גוטע היים די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז פֿאַר אונדז ייִדן — אַן אָרט, וווּ מיר קענען פֿרײַ היטן ייִדישקייט (אין וויפֿל לענדער מחוץ ישׂראל קען אַ ייִד הײַנט גיין, למשל, מיט אַ יאַרמלקע אויף דער גאַס און זיך נישט פֿילן באַדראָט?), און וווּ מיר האָבן גרויס מזל־ברכה, וואָלטן מיר טאַקע יאָ געמעגט אָפּגעבן כּבֿוד די סאָלדאַטן, וואָס קעמפֿן פֿאַר אונדזער פֿרײַהייט און זיכערהייט.
וועל איך טאַקע, לכּבֿוד דעם אַמעריקאַנער אָנדענק־טאָג, וואָס פֿאַלט אויס דעם קומעדיקן מאָנטיק, דערציילן וועגן איין ייִדישן סאָלדאַט, מאַיאָר סטואַרט אָדם וואָלפֿער, וואָס איז דערהרגעט געוואָרן אין דער „גרינער זאָנע‟ אין באַגדאַד, איראַק, דעם 6טן אַפּריל 2008.
סטואַרט און זײַן שוועסטער בעווערלי, וואָס וווינט הײַנט אין ריווערדייל, ניו־יאָרק, זענען אויפֿגעוואַקסן אין דיקס הילס, לאָנג־אײַלאַנד, און זיך געלערנט אין אַ „סאָלאָמאָן שעכטער טאָגשול‟. זײַן בר־מיצווה האָט ער געפּראַוועט אינעם „מעמאָריאַל־דיי‟ 1984, און דעם זעלבן יאָר האָט די משפּחה זיך אַריבערגעצויגן קיין קאָראַל ספּרינגס, פֿלאָרידע. ער איז געווען אַ פֿעיִקער תּלמיד אין דער אָרטיקער מיטלשול, זיך באַטייליקט אינעם דעבאַטע־קלוב, געשפּילט אויף דער פֿוטבאָל־מאַנשאַפֿט, און געווען אַקטיוו אין דער „בני־ברית יוגנט-אָרגאַניזאַציע‟.
בעת זײַן ערשטן יאָר אין „וואַשינגטאָנער אוניווערסיטעט‟ אין סיינט־לויִס, מיזורי, וווּ ער איז געווען אַקטיוו אין דער סטודענטן־רעגירונג און אינעם „הילל־הויז‟, האָט ער געמאָלדן פֿאַר טאַטע־מאַמע, אַז ער האָט שוין אָנגעהויבן גיין אויף קלאַסן פֿון דער ROTC (אַן אָרגאַניזאַציע איבער די אַמעריקאַנער קאָלעדזש־קאַמפּוסן, וואָס ווערבירט און טרענירט סטודענטן, וועלכע קלערן צו גיין אין מיליטער), און האָט באַשלאָסן אָפֿיציעל זיך צו פֿאַרשרײַבן אין דער פּראָגראַם.
אין 1993 האָט ער גראַדויִרט מיט אַ באַקאַלאַווראַט אין געשעפֿט־אַדמיניסרטאַציע; געוואָרן אַן אונטער־לייטענאַנט (2nd lieutenant) און איז געשטעלט געוואָרן אינעם רעזערוו־דינסט. אין 2001 האָט ער חתונה געהאַט און מיט אַ יאָר שפּעטער באַקומען אַ דיפּלאָם אין יוריספּרודענץ פֿון לאָיאָלאַ־אוניווערסיטעט אין לאָס־אַנדזשעלעס.
אין אויגוסט 2004 האָט מען אים געשיקט קיין קוּווייט, וווּ מע האָט אים געהעכערט אין ראַנג אויף מאַיאָר, און אין 2008 איז ער אָנגעקומען אין דער „גרינער זאָנע‟ אין איראַק. דאָרט האָט ער זיך אַקטיוו באַטייליקט אין אַ מנין מיטן נאָמען „בני־באַגדאַד‟; געדינט ווי אַ פֿאַרמיטלער מיט דער איראַקער ייִדישער קהילה, און געווען אַ מיטגליד פֿון אַ „קריקעט‟־מאַנשאַפֿט, וואָס איז באַשטאַנען פֿון סאָלדאַטן פֿון פֿאַרשידענע לענדער.
דעם 6טן אַפּריל 2008, בעת ער האָט געהאַלטן אין מיטן מאַכן פֿיזישע געניטונגען אינעם „געזונט־צענטער‟, איז דער בנין באָמבאַרדירט געוואָרן און ער און נאָך אַן אָפֿיציר זענען דערהרגעט געוואָרן. סטואַרט האָט פֿאַראָבֿלט זײַן פֿרוי, לי־ען, און דרײַ טעכטער, ליליאַן, מעליסאַ און איזידאָראַ.
אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס סטואַרטס משפּחה האָט געגרינדעט אין זײַן אָנדענק, „דער אינסטיטוט אויף מאַיאָר סטואַרט אָדם וואָלפֿערס נאָמען‟ פֿירט הײַנט דורך כּלערליי אונטערנעמונגען צו העלפֿן די אַמעריקאַנער סאָלדאַטן. יעדן פֿרילינג, למשל, אָרגאַניזירט די אָרגאַניזאַציע אַ טאָג מיטן נאָמען Support Our Troops [שטיצט אונדזערע סאָלדאַטן], אין וועלכן הונדערטער מענטשן פֿאַרזאַמלען זיך אין דער שיל „רמת־אורה‟ אין מאַנהעטן; מע גרייט צו 1,000 פּעקלעך פֿאַר די סאָלדאַטן, און 250 באַזונדערע פּעקלעך פֿאַר היימלאָזע וועטעראַנען. אַ טייל פֿון די באַטייליקטע מאַכן פֿילפֿאַרביקע מצה־דעקלעך פֿאַר די ייִדישע סאָלדאַטן, און מע שיקט עס זיי אין ספּעציעלע פּעקלעך כּשר־לפּסחדיקע שפּײַזן.
סטואַרט און די אַנדערע אומגעקומענע אַמעריקאַנער סאָלדאַטן — סײַ די ייִדישע, סײַ די נישט־ייִדישע — האָבן זיכער פֿאַרדינט, אַז מע זאָל זיי פֿאַרגעדענקען מיט כּבֿוד און דאַנקבאַרקייט. דעם מאָנטיק לאָמיר אַלע, אַפֿילו אויב בלויז שטילערהייט, אָפּמערקן זייער אָנדענק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.