ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne


פֿון שרה זילבערמאַן

Published May 31, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

העכער 100 שרײַבערס אױפֿן מעלבורנער ייִדישן שרײַבער־פֿעסטיװאַל 2016

העכער 100 שרײַבערס, שטעלנדיק מיט זיך פֿאָר פֿיר דורות פֿון אױסטראַליע און פֿון אױסלאַנד, האָבן אָנטײלגענומען אינעם מעלבורנער ייִדישן שרײַבער־פֿעסטיװאַל 2016. דער פֿעסטיװאַל, װאָס קומט פֿאָר אין מעלבורן יעדעס צװײטע יאָר, איז באַשטאַנען פֿון אַ גאַלאַ אָװנט און נאָך 56 סעסיעס און װאַרשטאַטן.


געשטאָרבן די עלטסטע ייִדישע פֿרױ אין אױסטראַליע

לאה האָסקין, װאָס איז ביז אַהער געװען די עלטסטע ייִדישע פֿרױ אין אױסטראַליע, איז געשטאָרבן אין מעלבורן אין עלטער פֿון 107 יאָר.

לאה איז געבױרן געװאָרן אין ארץ ישׂראל דעם 13טן אָקטאָבער, 1908. די משפּחה האָט זיך באַזעצט אין װעסטערן אױסטראַליע אין 1909 און האָט פֿאַרבראַכט פֿינף יאָר אין די גאָלד־גרובן אײדער זי האָט זיך באַזעצט אין מעלבורן אין 1914. לאה האָט חתונה געהאַט אין 1931 און האָט געבױרן דרײַ קינדער. איר מאַן, הענרי האָסקין, איז געשטאָרבן אין 1980.

לױט איר זון, איז לאה געװען אַ פֿרױ מיט פּרינציפּן װאָס האָט זיך זײער געזאָרגט װעגן פֿראַגעס פֿון מענטשן־רעכט. זי האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון באַקומען אַ באַגריסונג פֿונעם אױסטראַלישן פּרעמיער מיניסטער צו איר 95סטן געבורטסטאָג װײַל זײַן רעגירונגס פּאָליטיק װאָס שײך די פּליטים איז איר נישט געװען צום האַרצן.


אײנע פֿון די חסידי־עומות־העולם געשטאָרבן אין מעלבורן

קאָנסטאַנס קאָסטער, װאָס האָט געראַטעװעט אַן ערך 800 ייִדישע קינדער און עופֿעלעך פֿון די נאַציס אין אַמסטערדאַם, איז געשטאָרבן אין מעלבורן אין עלטער פֿון 95 יאָר.

קאָנסטאַנס איז געבױרן געװאָרן אין האָלאַנד און האָט געדינט אין דער אַנטי־נאַצישער אונטערערדישער באַװעגונג אין אַמסטערדאַם בעתן חורבן. זי פֿלעגט באַהאַלטן ייִדישע עופֿעלעך אונטער איר גרױסן מאַנטל כּדי זײ צו ברענגען צו לאָקאַלע קריסטן װעלכע האָבן זײ אַדאַפּטירט ביזן סוף פֿון דער מלחמה. זי האָט זיך באַקענט מיט אײנעם פֿון די עופֿעלעך, אינע לויִס־קראַנט, מיט יאָרן שפּעטער אין מעלבורן װען לואיס־קראַנט האָט אינטערװיוּירט קאָסטערן פֿאַר דער האַלענדישער אױדיציע אױף דער עטנישער ראַדיאָ־סטאַנציע אין מעלבורן.

קאָנסטאַנס קאָסטער איז אַנערקענט געװאָרן װי אײנע פֿון די חסידי־עומות־העולם פֿונעם מעלבורנער ייִדישן חורבן צענטער פֿאַראַיאָרן מײַ אין דער אָנװעזנהײט פֿונעם האָלענדישן אַמבאַסאַדאָר.


דער געװעזענער הױפּט־רבֿ װיל נישט אַז רעליגיע זאָל זיך אַרײַנמישן אין פּאָליטיק

דער געװעזענער הױפּט־רבֿ פֿון אױסטראַליע, הרבֿ דוד פֿרײלעך, האָט זיך דורכגעשריבן מיטן פּרעמיער מיניסטער פֿון לאַנד און מיטן פּרעמיער פֿונעם שטאַט װעסטערן אױסטראַליע װעגן דער פֿראַגע פֿון רעליגיע און פּאָליטיק.

דאָס איז געשען נאָך דעם װי אַ פּערטער געשעפֿטסמאַן, סײַמאָן ערענפֿעלד, איז באַשטימט געװאָרן װי דער ליבעראַלער קאַנדידאַט פֿאַר דער געגנט הילעריס אינעם שטאַטישן פּאַרלאַמענט. דאַן האָט דער ליבעראַלער שטאַטראַט זיך אַרײַנגעמישט און האָט געמאָלדן אַז אַ געהילף צו אַ באַקאַנטן מלוכהמאַן װעט זײַן דער ליבעראַלער קאַנדידאַט אױף ערענפֿעלדס אָרט. אַ געװעזענער מיניסטער אין דער ליבעראַלער שטאַטישער רעגירונג האָט געטענהט אַז „דאָס אַזױ גערופֿענע קריסטלעכע רעכטע פֿליגל‟ פֿון דער ליבעראַלער פּאַרטײ האָט נישט געװאָלט אָננעמען קײן ייִדישן קאַנדידאַט און דערפֿאַר האָט ערענפֿעלד פֿאַרלױרן די אונטערשטיצונג פֿון דער ליבעראַלער פּאַרטײ. קלאַנגען האָבן זיך פֿאַרשפּרײט איבער װעסטערן אױסטראַליע אַז אַ לאָקאַלער מלוכהמאַן האָט פֿאַרשריבן מיטגלידער פֿון קירכעס אין צװײַגן פֿון דער ליבעראַלער פּאַרטײ כּדי אױסצומײַדן די מעגלעכקײט פֿון האָבן אַ ייִדישן קאַנדידאַט.

הרבֿ פֿרײלעך האָט זיך דערװוּסט װעגן דעם װײַל סײַמאָן ערענפֿעלד דאַװנט בײַ אים אין שול. זײַן אינטערעס אין דעם ענין איז נישט געװען בנגוע דעם קאַנדידאַט, האָט דער רבֿ געזאָגט, נאָר בנגוע דאָס אָפּװאַרפֿן אַן אָנגענומענעם קאַנדידאַט נאָר אױפֿן סמך פֿון דעם װאָס ער איז אַ ייִד.