כאָטש די פֿילמאָגראַף האָבן עס ניט געקענט וויסן אין פֿאָרויס, ווען זיי האָבן געמאַכט דעם נײַעם דאָקומענטאַר־פֿילם „ווינער‟, פּאַסט עס פּערפֿעקט צום איצטיקן מאָמענט אין דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק: די אַזוי־גערופֿענע „תּקופֿה פֿון טראָמפּ‟.
דער לייענער געדענקט מסתּמא דעם טרויעריק־באַרימטן ניו־יאָרקער קאָנגרעסמאַן אַנטאָני ווינער, וואָס האָט אין 2011 רעזיגנירט איבער אַ סקאַנדאַל פֿון „סעקסטן‟ — שיקן טעלעפֿאָניש צו פֿאַרשיידענע פֿרויען סעקסועלע בילדער פֿון זיך. ווען די ערשטע בילדער האָבן זיך באַוויזן אין דער מעדיאַ, האָט ווינער קודם געלייקנט, אַז דאָס איז ער טאַקע — אָבער זייער גיך, אונטערן שטענדיקן דרוק פֿון די טעלעוויזיע־קאָמיקער און פּאָליטישע קאָמענטאַטאָרן, האָט ער געמוזט זיך מודה זײַן און זיך צוריקציִען.
דער דאָזיקער פֿילם דאָקומענטירט אַ צווייטע פֿאַזע אין ווינערס געשיכטע, אין 2013, ווען ער האָט געפּרוּווט זיך צו רעהאַביליטירן דורכן קאַנדידירן פֿאַר מעיאָר פֿון ניו־יאָרק. זײַן קאַמפּאַניע האָט זיך אָנגעהויבן ניט שלעכט: די ניו־יאָרקער וויילער זײַנען זייער ליבעראַל אין שײַכות מיט סעקסועלע ענינים און מ’איז שוין געווען גרייט אים מוחל צו זײַן. אָבער מיט אַ מאָל זײַנען אויפֿגעשוווּמען נײַע ווינער־בילדער, נאָך מער וווּלגאַרע ווי די פֿריִערדיקע, וואָס עס האָט זיך אַרויסגעשטעלט, אַז ער האָט זיי אַליין געשיקט צו פֿרויען שוין נאָך יענעם ערשטן „סעקסטן‟־סקאַנדאַל פֿון 2011. איין יונגע פֿרוי, מיט וועמען ער האָט געהאַט אַ לענגערע „באַציִונג‟ אַזאַ, איז אויפֿגעטראָטן אויף די פֿאַרשיידענע „טאָקשאָוען‟ (שמועס־פּראָגראַמען) און האָט זיך אַרויסגעוויזן פֿאַר אַן אַקטריסע אין פּאָרנאָגראַפֿישע פֿילמען. ווינער האָט געקראָגן ווייניקער ווי 5% פֿון די שטימען אין די וואַלן, אַזוי אַז דער בזיון פֿאַר אים און זײַן משפּחה איז געווען אַ גרויסער.
איין מאָל פֿרעגט אים דער פֿילמאָגראַף, פֿאַר וואָס ווינער האָט אים טאַקע דערלויבט צו פֿילמירן די גאַנצע קאַטאַסטראָפֿע? ווינער גיט ניט קיין ענטפֿער. אמת, ס׳איז אַ פֿאַרכאַפּנדיקע מעשׂה און אַ געוואַלדיק פֿאַרווײַלערישער פֿילם — אויף אַזוי ווײַט, אַז ווען איך האָב עס געזען אין קינאָ, האָט דער עולם צום סוף געפּאַטשט בראַוואָ. אָבער פֿאַר וואָס פֿאַרבעט ווינער די גאַנצע וועלט צו זען, ווי ער שוואַרצט זיך אַליין דאָס פּנים? צי שעמט ער זיך ניט בכלל?
אין דעם, דאַכט זיך, ליגט דער סוד פֿון ווינערס סוקצעס, און אויך — פֿון זײַן דורכפֿאַל. ווינער האָט ניט מורא פֿאַר קיינעם, ער קריכט צום לייב אין פּיסק אַרײַן. מיר זעען אינעם פֿילם, ווי ער גייט אויף עפֿנטלעכע פֿאַרזאַמלונגען, וווּ ער ווייסט אויף זיכער, אַז דער עולם וועט אים באַפֿאַלן מיט בייזע פֿראַגעס. אָבער ער פֿאַלט ניט אַראָפּ בײַ זיך. פֿאַרקערט, ער פֿאַרטיידיקט זיך מיט אַזאַ גבֿורה, אַז ס׳איז צו באַוווּנדערן, און ער רופֿט אַרויס אַפּלאָדיסמענטן. דורך די אייגענע טעותן האָט ער זיך געגעבן אַ געלעגנהייט אַרויסצוּווײַזן דעם בעסטן צד פֿון זײַן כאַראַקטער.
ניט געקוקט אויף די אַלע בושות, וואָס ווינער האָט אַראָפּגעבראַכט אויף זיך און אויף זײַן משפּחה, האָט מען צום סוף פֿאָרט אַ בעסערע מיינונג ווי פֿריִער וועגן אים. ער איז אַ טאַלאַנטירטער פּאָליטיקער און אַ צוגעלאָזענע פּערזענלעכקייט. יעדער זינדיקער מענטש, וואָס שטעלט זיך אין אַזאַ סיטואַציע, אָבער וואָס האָט פֿאָרט קיינעם ניט געהרגעט אָדער באמת ערנסט באַעוולט, קען אַרויסרופֿן אַ געוויסע סימפּאַטיע. דעריבער איז פֿאַראַן אַ שׂכל אין דעם, וואָס ווינער האָט געלאָזט מע זאָל מאַכן דעם דאָזיקן פֿילם.
ייִדישקייט שפּילט דאָ אויך אַ ראָלע. אַליין אַ ייִד פֿון ברוקלין, האָט ווינער אין 2010 חתונה געהאַט מיט אַ מוסולמענערין, הומאַ אַבעדין, וואָס איז צום מערסטן באַקאַנט ווי הילאַרי קלינטאָנס רעכטע האַנט. אַבעדין איז פֿון פּאַקיסטאַנישן אָפּשטאַם און איז אויפֿגעוואַקסן אין סאַודיע. אין איין אינצידענט פֿונעם פֿילם, בעת אַ וויזיט אין באָראָ־פּאַרק, זעט מען ווי ווינער צעשרײַט זיך אויף אַ פֿרומען ייִד. עס זעט אויס, ווי ער איז אין גאַנצן משוגע געוואָרן: צו וואָס רײַסן זיך מיט פֿרעמדע מענטשן, ספּעציעל גלײַך פֿאַר די וואַלן? אָבער אַז מע הערט זיך גוט צו צו דער רעקאָרדירונג, הערט מען ווי דער פֿרומער האָט אים געוואָלט באַליידיקן: „ער האָט חתונה געהאַט מיט אַן אַראַבערין‟.
לויט דער איצטיקער פּאָליטישער סיטואַציע און לויטן אָפּרוף אויפֿן פֿילם, קען מען זיך ריכטן, אַז ווינער וועט נאָך האָבן אַ לאַנגע פּאָליטישע קאַריערע — ספּעציעל אויב הילאַרי קלינטאָן וועט געווינען די פּרעזידענטישע וואַלן, וועט הומאַ אַבעדין זיכער באַקומען אַ הויכע פּאָזיציע. די סעקס־סקאַנדאַלן האָבן ביל קלינטאָנען קיין מאָל ניט געשטערט ווידער דערוויילט צו ווערן פּרעזידענט אָדער צענדליקער יאָרן צו דאָמינירן די דעמאָקראַטישע פּאַרטיי — וועט דאָס „סעקסטן‟ מסתּמא אויך ניט שטערן ווינערן אויף לאַנג. עס קען אַפֿילו זײַן, אַז זײַן קאַריערע וועט געווינען פֿון דער קאָנטראָווערסיע.
אויב די דאָזיקע סיטואַציע קלינגט באַקאַנט, איז עס אפֿשר דערפֿאַר, ווײַל דאָנאַלד טראָמפּ באַניצט זיך כּסדר מיט אַן ענלעכער סטראַטעגיע: אַרויסרופֿן אַ סקאַנדאַל, אַרויסווײַזן זײַן אומפֿאַרשעמטקייט אַנטקעגן אַ מאַסיווער אָפּאָזיציע, און אַזוי דאָמינירן די פּאָליטישע דיסקוסיע און געווינען די שטיצע פֿון אַ היפּשן טייל פֿון די וויילער. צי מע קען מיט אַזאַ סטראַטעגיע טאַקע געווינען די וואַלן און ניט בלויז שאַפֿן אַ גרויסן ספּעקטאַקל פֿאַר פֿילם און טעלעוויזיע — דאָס איז אַ פֿראַגע, וואָס דאַרף פֿאַראינטערעסירן ניט בלויז אַנטאָני ווינערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.