מיט אַנדערטהאַלב יאָר צוריק איז גאָלדע טענצער נאָמינירט געוואָרן ווי די דירעקטאָרין פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין וואַרשע.
מה נשתּנה? מיט וואָס האָט זיך דער ייִדישער טעאַטער געביטן במשך פֿון אָט דער תּקופֿה?
ס׳איז נישט קיין סוד, אַז די פֿײַנשמעקערס האָבן באַשולדיקט דעם ייִדישן טעאַטער אין וואַרשע וואָס ער זינקט ממש אין שונד. צו פֿיל ווערט געזונגען און צו ווייניק ווערט געשפּילט. עס זענען אַפֿילו געווען זשורנאַליסטן וואָס האָבן געטענהט אַז די אַקטיאָרן פֿונעם ייִדישן טעאַטער זענען שוין נישט מסוגל צו שפּילן פּיעסן פֿון אַ בעסערן ניוואָ.
איז געקומען גאָלדע טענצער און באַוויזן אַלעמען אַז „לא אלמן ישראל‟, מאַכט רש״י, דער ייִדישער טעאַטער האָט נישקשהדיקע אַקטיאָרן וואָס קענען יאָ שפּילן די בעסטע פּיעסן מיט די בעסטע רעזשיסאָרן.
נעמט, למשל, מאַיאַ קלעטשעווסקאַ, וואָס האָט רעזשיסירט אינעם ייִדישן טעאַטער איר נאָוואַטאָרישע ווערסיע פון אַנ־סקיס „דיבוק‟. קלעטשעווסקאַ האָט אַפֿילו באַקומען אַ פּרעסטיזשפֿולן פּריז, דעם אַזוי גערופֿענעם LAUR KONRADA פֿאַר איר אַרבעט.
פֿאַר די וואָס קענען נישט די אַקטיאָרן פֿונעם ייִדישן טעאַטער, איז דאָס געווען אַ שטיקל סורפּריז, אָבער ווער סע קען זיי יאָ, ווייסט אַז עס פֿעלט זיי גאָרנישט און זיי זענען אין תּוך פֿעיִקע פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַכלײַט.
אַגבֿ, ס׳איז אפֿשר כּדאי צו באַמערקן אַז די לײַכטע פּיעסן און סקיצעס זענען אָפֿטמאָל גאָר נישט אַזוי לײַכט דורכצופֿירן. הייסט עס אַז צו שפּילן קליין־קונסט בכלל און ייִדישע קליין־קונסט בפֿרט ווי סע דאַרף צו זײַן, איז גאָר נישט קיין קלייניקײט, אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.
און צוריק צו גאָלדע טענצער. הייסט עס, אַז זי האָט געעפֿנט די טירן פֿונעם ייִדישן טעאַטער פֿאַר דער הײַנטיקער פּוילישער טעאַטער־וועלט.
אַ צווייטער דערפֿאָלג פֿונעם וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער איז די פּיעסע „ייִדישע אַקטיאָרן‟. דאָ גייט אַ רייד פֿון אַ טעקסט, וואָס איז ספּעציעל געשריבן געוואָרן פֿאַרן ייִדישן טעאַטער. דער דראַמאַטורג, מיכל בושעוויטש, האָט אַפֿילו באַקומען דעם ערשטן פּריז אין דעם טעאַטראַלן פֿעסטיוואַל פֿון זשעשוּוו, וואָס הייסט ביי אונדז ייִדן רײַשע.
די אַקטיאָרן האָבן אויך באַקומען אַ פּריז אינעם פֿעסטיוואַל פֿאַר קאַמער־טעאַטערס אין שטשעטשין. ווי שוין דערמאָנט, זענען די לעצטע חדשים אַ מין אַנטפּלעקונג פֿאַרן וואַרשעווער טעאַטער־עולם, וואָס שייך דעם שעפֿערישן כּוח פֿונעם ייִדישן טעאַטער.
די נאָוואַטאָרישע פּיעסן זענען נישט געקומען אַנשטאָט דעם לײַכטן, פּאָפּולערן רעפּערטואַר. זיי זענען א צוגאָב. בכלל, איז דער קריג צווישן דעם אַזוי גערופֿענעם ליטעראַרישן און דעם פּאָפּולערן טעאַטער, אין אַ געוויסער מאָס, אַ קינסטלעכער. דער ייִדישער טעאַטער שפּילט, למשל, אויך „פֿידלער אויפֿן דאַך‟. עס איז נישטאָ קיין סיבה נישט צו שפּילן דעם מיוזיקל ווײַל דעם עולם דארף מען נישט נאָר דערציִען, נאָר אויך שאַנעווען און פֿאַרווײַלן. אויב טויזנטער מענטשן קומען יאָר־אײַן יאָר־אויס זען די דאָזיקע פֿאָרשטעלונג, דאַרף מען זי מסתּמא שפּילן.
אַ פּרעמיערע אינעם ייִדישן מוזיי „פּולין‟ אין איינעם מיט דער „פֿונדאַציע ייִדיש‟ — אַ קורצער פֿילם געשפּילט טאַקע אין דער ייִדישער שפּראַך. אַ פֿילם מיט קינדער פֿאַר קינדער. דער פֿילם הייסט „די קינדער־מגילה‟ און ער דערציילט אויף א לײַכטן הומאָריסטישן אופֿן דעם סיפּור־המעשׂה פֿון מגילת־אסתּר.
דער טעקסט איז, פֿארשטייט זיך, צוגעפּאַסט צו קינדער. די מלכּה ושתּי, למשל, גייט נישט צו דער תּליה, נאָר אַזוי אַרום וואָס זי האָט אַן אַמעריקאַנער פּאַספּאָרט אַנטלויפֿט זי קיין אַמעריקע.
דער עיקר אָבער, איז געבליבן: המן וויל פֿאַרטיליקן אַלע ייִדן און אסתּר המלכּה ראַטעוועט איר פֿאָלק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.