אַ האַקנקרייץ אין „סאָבוויי‟

A Swastika on the Subway


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published June 02, 2016, issue of June 25, 2016.

לעצטנס בין איך געפֿאָרן מיט דער צוויי־באַן פֿון מײַן דירה אויפֿן „אָפּער־וועסט־סײַד‟ ביז דער געגנט אַרום „וואָל־סטריט‟, וווּ עס געפֿינט זיך דער „פֿאָרווערטס‟־ביוראָ. געפֿאָרן בין איך צוזאַמען מיט מײַן חבֿרטע, עפּעס וואָס איז בײַ אונדז אַַ שטענדיקער ריטואַל יעדן אינדערפֿרי במשך פֿון דער וואָך.

אין דעם שיינעם פֿרימאָרגן איז זי מיט אַ מאָל בלאַס געוואָרן און האָט מיר עפּעס אין גיכן אַרײַנגעשושקעט אין אויער, וואָס איך האָב ניט געהערט. צי האָט עמעצער נאָר וואָס זיך צוגעשעפּעט צו איר? איך האָב גאָרניט ניט געזען אָבער דער וואַגאָן איז אַזוי אָנגעפּאַקט, אַז ס׳וואָלט געווען מעגלעך צו פֿאַרזען אַזאַ מיאוסן אויספֿיר. צי האַלט עמעצער אין ברעכן אָדער זיך אײַנשפּריצן מיט העראָיִן? צי טראָגט עמעצער אַ פּיסטויל אָדער סטראַשעט אַנדערע מיט אַ מעסער? אַזעלכע זאַכן זעט מען אַ מאָל אויף דער ניו־יאָרקער אונטערבאַן (כאָטש אַ סך זעלטענער ווי מיט 30 יאָר צוריק).

„וואָס איז?‟ האָב איך געפֿרעגט.

„זעסט ניט דעם האַקנקרייץ?‟, האָט זי מיר געפֿרעגט אַ נערוועזע.

„וואָסער האַקנקרייץ?‟ האָב איך געפֿרעגט. איך האָב געקוקט אויבן אויף די רעקלאַמע־שילדן און פּלאַקאַטן, מיינענדיק, אַז עס גייט די רייד וועגן עפּעס אַן אומגעלומפּערטער פּירסום־קאַמפּאַניע, אַזוי ווי פֿאַראַיאָרן אויף די ניו־יאָרקער באַנען, ווען אַ געוויסע רעקלאַמע מיט אַ נאַציסטישן עמבלעם האָט געפּרוּווט איבערצײַגן מענטשן צו קוקן אויף אַ נײַער טעלעוויזיע־סעריע.

„ניט דאָרטן‟, האָט זי געזאָגט, זעענדיק ווי איך קוק אַרויף. „אויפֿן זשעטאָן, וואָס עס טראָגט יענער מענטש‟.

איך גיב אַ קוק אויף די מענטשן לעבן אונדז און ס׳ווערט מיר פֿינצטער פֿאַר די אויגן. מיט אַַ מאָל קען איך ניט זען וואָס פֿאַר אַ העמדער די פּאַסאַזשירן פֿאַר מיר טראָגן; שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, צי זיי טראָגן אַ זשעטאָן. אַנשטאָט די מענטשן אין וואַגאָן קומען מיר פֿאַר די אויגן זכרונות פֿון באַקאַנטע, וואָס האָבן דורכגעמאַכט דעם נאַצישן גיהנום.

ס׳דאַכט זיך מיר ווי איך בין ווידער זעקס יאָר אַלט און דערוויס זיך, אַז מײַן ברודערס באָבע איז געווען אין בערגן־בעלזן. איך זע אירע אויגן ווען איך פֿרעג זי, צי זי האָט געקענט אַנאַ פֿראַנק —.

איך דערמאָן זיך ווי איך האָב צו נײַן יאָר געזונגען שמערקע קאַטשערגינסקיס „יונגט־הימען‟ אויף אַ חורבן־הזכּרה, און עס האָט אַוועקגעחלשט אין דער ערשטער ריי אַ פֿרוי, וואָס האָט איבערגעלעבט די ווילנער געטאָ.

איך זע ווי איך בין צען יאָר אַלט און איך פֿרעג בײַ אַ פֿרוי אין אַ דעלי אין פֿלאָרידע, צי זי האָט אייניקלעך און זי טוט אַ זיפֿץ און זאָגט: „צוויי טעכטער האָב איך אַמאָל געהאַט, אָבער מע האָט זיי דערשאָסן פֿאַר מײַנע אויגן און מער קיין קינדער האָב איך קיינמאָל ניט געהאַט‟.

איך זע ווי איך בין צוועלף יאָר אַלט און איך זיץ לעבן מײַן ברודערס באָבע און זי ווײַזט מיר די פּאָרטרעטן פֿון דרײַ דורות קרובֿים — טאַטע־מאַמע, ברידער און שוועסטער, פּלימעניקעס און פּלימעניצעס — וואָס זענען פֿאַרגאַזט געוואָרן אין אוישוויץ.

איך זע ווי איך בין דרײַצן יאָר אַלט אויף אַ פּורים־שׁימחה אין אַ שיל. איך בין אין אַ וואַש־צימער ווען עס קומט אַרײַן אַ ייִד, וואָס קען קוים גיין אויף די פֿיס. נאָך דעם וואָס ער לאָזט אַראָפּ דעם קלאָזעט הער איך ווי ער פֿאַלט אַראָפּ אויף דער פּאָדלאָגע. ווען איך גיי אַרײַן צו אים און העלף אים אויפֿצושטיין און אַרויפֿצוציִען די גאַטקעס און הויזן זע איך, אַז ער האָט ניט קיין פּעניס. „אין די לאַגערן‟, זאָגט ער ווי אַ דערקלערונג. „ווען איך בין געווען אַ ביסל עלטער פֿון דיר‟.

פּלוצלינג טרייסלט זיך די באַן און איך קום צו זיך. אפֿשר ניט אין גאַנצן צו זיך, ווײַל ס׳האָט מיך אַרומגעכאַפּט אַזאַ כּעס, וואָס איך האָב שוין ניט געפֿילט זינט איך בין אַ קליין קינד. ס׳גלוסט זיך מיר עפּעס צעשמעטערן. אַ פּאָר מענטשן גייען אַרויס פֿון דער באַן אין „טײַמס־סקווער‟, און איך קוק אויף די מענער, וואָס בלײַבן אין וואַגאָן, זוכנדיק דעם זשעטאָן־טרעגער. איך ווייס, אַז איך וועל מסתּמא זיך וואַרפֿן אויף יענעם, וואָס טראָגט דעם האַקנקרייץ, אָבער איך ווייס ניט, צי איך וועל סתּם שרײַען אויף אים, צי אַראָפּרײַסן דעם זשעטאָן און אים צעשמעטערן, צי גאָר שלאָגן דעם מענטש איבערן קאָפּ און אַרײַנשטופּן דעם זשעטאָן צווישן זײַנע ציין אַרײַן.

איך שטעל זיך אָפּ און פֿאַרמאַך די אויגן אויף אַ רגע אויס מורא, וואָס וועט זײַן, אויב איך זע טאַקע דעם מענטש מיטן האַקנקרייץ. נאָך דעם, וואָס איך באַרויִק זיך אַ ביסל און איך בין זיכער, אַז איך גיי קיינעם ניט פֿיזיש אָנפֿאַלן, פֿרעג איך מײַן חבֿרטע וווּ עס געפֿינט זיך דער מענטש.

„שוין אַרויסגעגאַנגען פֿון וואַגאָן‟, האָט זי געזאָגט.

און מיט דעם הייב איך שוין ווידער אָן צו טראַכטן, וואָס איך וועל טאָן טאָמער זע איך נאָך אַ מענטש, וואָס טראָגט אַזאַ זשעטאָן. ווײַל אין דער תּקופֿה פֿון דאָנאַלד טראָמפּ, ווען כּלערליי ראַסיסטן, איסלאַמאָפֿאָבן, אַנטיסעמיטן און אַנדערע בייזע פּאַרשוינען האָבן שוין מער ניט קיין מורא אויסצודריקן זייער שׂינאה קעגן אַנדערע, וועלן מיר זיכער זען נאָך אַזעלכע העזהדיקע אַקטן, אַפֿילו דאָ אין ניו־יאָרק, וווּ עס וווינען הונדערטער טויזנטער ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, זייערע קינדער און אייניקלעך.

איך קען, פֿאַרשטייט זיך, ניט וויסן, צי דער מענטש מיטן נאַצי־זשעטאָן אין „סאָבוויי‟ איז דווקא אינספּירירט געוואָרן פֿון דאָנאַלד טראָמפּ. איך הער אָבער זייער אָפֿט פֿון חבֿרים אין פֿילאַדעלפֿיע, וואָס זעען קאָנפֿעדעראַטע פֿאָנען — אַ זאַך, וואָס זיי האָבן קיינמאָל אין זייער לעבן פֿריִער ניט געזען אין זייער היימשטאָט. איך הער וועגן פֿאַלן, וווּ מענטשן שעלטן אויף אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער פֿאַרבײַגייער מיט ווערטער, וואָס מע האָט דורות־לאַנג ניט געהערט אין דער עפֿנטלעכקייט. ס׳איז קלאָר, אַז עפּעס אַ מיאוסע פּרי שפּראָצט זיך פֿון אונטערן אייבערפֿלאַך פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט.

דערווײַל ווייס איך נאָך אַלץ ניט, וואָס איך וועל זאָגן דעם קומענדיקן מענטש, וואָס טראָגט אַ האַקנקרייץ.