נאָך זעקס יאָר פֿון אויסשטעלונגען דורכגעפֿירט בלויז דורך דער אינטערנעץ, וועט דער „מוזיי פֿונעם ייִדישן מאָנטרעאָל‟ סוף־כּל־סוף, קריגן אַן אמתן בנין.
דער מוזיי, וואָס האָט זיך געעפֿנט סוף־מײַ, געפֿינט זיך אין דער געגנט פּלאַטאָ, אין אַ בנין, געבויט אַרום דעם יאָר 1912, וווּ עס האָט אַ מאָל עקזיסטירט אַ קליידער־פֿאַבריק — אַ רמז פֿון דער אַמאָליקער בליִענדיקער ייִדישער קליידער־אינדוסטריע אין פּלאַטאָ.
הײַנט איז די געגנט גיכער אַ באָהעמישע, וווּ בוטיקן און קונסט־גאַלעריעס געפֿינען זיך זײַט־בײַ־זײַט מיט אײַנגעפֿונדעוועטע ייִדישע געשעפֿטן ווי, למשל, דער פֿליישיקער דעליקאַטעסן „שוואַרצס‟, און דער עלעגאַנטער סטייק־רעסטאָראַן, „משהס‟.
זאבֿ מאָזעס, דער גרינדער און דירעקטאָר פֿונעם מוזיי, האָט לכתּחילה נישט פּלאַנירט צו ניצן קיין בנין. מיט פֿינף יאָר צוריק, נאָכן דערוויסן זיך אַז דער אַלטער צעפֿאַלענער בנין אַנטקעגן איבער זײַן הויז איז אַ מאָל געווען די אָנגעזעענע שיל „בית יהודה‟, האָט ער באַשלאָסן צו גרינדן אַן אוידיאָ־וועגווײַזער פּראָיעקט, „דער באַהאַלטענער ייִדישער צד פֿון מאָנטרעאָל‟, וואָס מענטשן האָבן געקאָנט, דורך זייערע מאָבילקעס, הערן די געשיכטעס פֿון היסטאָרישע ייִדישע ערטער.
ס׳איז אים אָבער שווער אָנגעקומען צו געפֿינען פֿינאַנציעלע שטיצער, האָט ער באַשלאָסן צו אַנטוויקלען ווירוטעלע אויסשטעלונגען פֿאַר די סמאַרטפֿאָנס, און אַזוי איז געשאַפֿן געוואָרן דער „אינטעראַקטיווער מוזיי פֿונעם ייִדישן מאָנטרעאָל‟. אין איינעם מיט אַ גרופּע וואָלונטירן, האָט מאָזעס אינטערוויויִרט און געזאַמלט די פּערזענלעכע געשיכטעס פֿון די מאָנטרעאָלער ייִדן.
וואָס מער מע האָט זיך דערוווּסט וועגן זײַנע סמאַרטפֿאָן־אויסשטעלונגען, אַלץ מער בקשות האָט ער באַקומען פֿאַר שפּאַציר־טורן פֿון די ייִדישע געגנטן. האָט מאָזעס מיט זײַן טעכנישער קאָמאַנדע געשאַפֿן צוויי ווירטועלע טורן: איינער פֿון דער מאָנטרעאָלער עסן־קולטור, און אַ צווייטער וועגן די אַמאָליקע ייִדישע קליידער־פֿירמעס און ־פֿאַבריקן אין פּלאַטאָ.
אין 2015 האָבן זיי צונויפֿגעשטעלט אַן אויסשטעלונג וועגן דעם מאָראַקאָ־געבוירענעם חזן סאַמי עלמאַגריבי, וועלכער איז הײַנט אויך אַ גלאָבאַלער פּאָפּ־שטערן.
מאָזעס האָט אָבער אײַנגעזען, אַז די אינטערנעץ־אויסשטעלונגען פֿאָדערן צו פֿיל אַרבעט, אַז מע זאָל זיי מפֿרסם זײַן בלויז אויף אַ סמאַרטפֿאָן; האָט ער אָנגעהויבן זוכן פֿאָנדן צו געפֿינען אַ פּערמאַנענטע היים. דער רעזולטאַט? אַ ריזיקער בנין מיט ברייטע פֿענצטער, וואָס קוקן אַרויס אויף דער לעבעדיקער ראָג פֿון „בולוואַר סאַן־לאָראַן‟ און דער „דולוט־גאַס‟.
מאָזעס האָט נישט אָנגעגעבן די נעמען פֿון די מנדבֿים, אָבער האָט באַשטעטיקט, אַז דאָס זענען „מער ווי 20‟ אָרטיקע משפּחות און פֿונדאַציעס. אינעם מוזיי וועט מען אויפֿשטעלן אַ קונסט־גאַלעריע, אַ קאַפֿע, בוטיק און „קאָך־לאַבאָראַטאָריע‟ מיט אַן אייגענער קיך. קאַן ראָמאַנאָוו, דער דירעקטאָר פֿון שפּײַז־פּראָגראַמען, האָט געזאָגט, אַז במשך פֿון די ערשטע פּאָר חדשים וועלן ס׳רובֿ פֿון די פּראָגראַמען טאַקע האָבן אַ שײַכות מיט עסן.
„מאָנטרעאָל האָט יאָרן לאַנג געהאַט אַ רײַכע ייִדישע שפּײַז־קולטור,‟ האָט ראָמאַנאָוו דערקלערט. „דאָס עסן ייִדישע מאכלים איז איין אופֿן ווי אַזוי מע קען זיך אויסדריקן ווי אַ ייִד, אָן צו דאַרפֿן זיך אָנשליסן אין אַ פֿאָרמעלער אינסטיטוציע.‟ ראָמאַנאָוו פּלאַנירט דורצופֿירן קאָך־דעמאָנסטראַציעס און פּאַנעלן פֿון רעדנער וועגן פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון ייִדיש קאָכערײַ.
דערווײַל האָט דער מוזיי שוין אָנגעקניפּט באַציִונגען מיט צוויי שותּפֿים: די מאָנטרעאָלער ייִדישע ביבליאָטעק און „קלעזקאַנאַדע‟ — דער פֿעסטיוואַל, וואָס פֿאַרשפּרייט די ייִדישע שפּראַך דורך מוזיק. מאָזעס זאָגט אָבער, אַז ער איז נישט בלויז פֿאַראינטערעסירט אין דער אַשכּנזישער אידענטיטעט פֿון מאָנטרעאָל.
„אונדזער קולטור דאָ איז ווי אַ מאָזאַיִק,‟ האָט ער באַמערקט. „כאָטש מיר זענען יאָרן לאַנג געווען אַן אַשכּנזישע געגנט, וועלן מיר אויך צונויפֿשטעלן פּראָגראַמען וועגן דער קולטור פֿון די צפֿון־אַפֿריקאַנער און מיזרחישע ייִדן. מיר ווילן נישט, אַז מע זאָל אונדז זען ווי אַ גרופּע וואָס לויבט בלויז די מיזרח־אייראָפּעיִשע מאָנטעראָלער ייִדן פֿון די 1930ער און 1940ער יאָרן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.