די מאָסקווער ייִדישע קהילה האָט געפּראַוועט דעם טאָג פֿון ירושלים. זונטיק, דעם 29סטן מײַ האָבן די ייִדישע אַגענץ „סוכנות‟ און דער רוסלענדישער ייִדישער קאָנגרעס דורכגעפֿירט בשותּפֿות די שימחה. זי איז פֿאָרגעקומען אין איינעם פֿון די גערטנער אין צענטער מאָסקווע און האָט געהאַט אַ רײַכע פּראָגראַם: אַ קאָנצערט פֿון ישׂראלדיקע און רוסלענדישע מוזיקער, רעפֿעראַטן וועגן ישׂראל, וועגן די שטעט פֿון דער לאַנד, באַגעגענישן מיט די פֿאַרטרעטער פֿון ישׂראלדיקע מיניסטעריומס און מוניציפּאַליטעטן, לעקציעס פֿון געשעפֿטסלײַט, וואַרשטאַטן פֿון קאָכן ייִדישע מאכלים און אונטערנעמונגען פֿאַר קינדער.
אויף אַ צווייטן אָרט אין צענטער מאָסקווע, לעבן דער ביבליאָטעק אויפֿן נאָמען פֿון גרויסן רוסישן שרײַבער ניקאָלאַי גאָגאָל, איז דורכגעפֿירט געוואָרן דער „פֿעסטיוואַל פֿונעם קינדער־בוך‟. דעם פֿעסטיוואַל האָבן בשותּפֿות אָרגאַניזירט „דאָס הויז פֿון ייִדישן בוך‟, דער „דזשוינט‟ און „גאָגאָל־הויז‟. אינעם פֿעסטיוואַל האָבן אָנטייל גענומען 15 קינדער־פֿאַרלאַגן, בתוכם 4 ייִדישע. אין דער פּראָגראַם זענען אויך געווען וואַרשטאַטן, פֿאַרמעסטן און שפּילן.
די גרויסע מאָסקווער כאָרשיל פּראַוועט איר יוביליי — 110 יאָר. דעם 1טן יוני איז אין דעם גרויסן תּפֿילה־זאַל פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט פֿון ייִדישער כּלי־זמר־מוזיק, אויסגעפֿילט פֿון דער „יוסף־קאַפּעליע‟. לכּבֿוד דעם יוביליי איז אין דער שיל צוגעגרייט געוואָרן אַן אויסשטעלונג, וואָס דערציילט די געשיכטע פֿונעם בנין, דער קהילה און אירע רבנים.
דערווײַל מאַכט דער הויפּט־רב פֿון דער שיל, ר׳ פּנחס גאָלדשמיט, אַ רײַזע קיין עסטרײַך. דאָרטן קומט פֿאָר די זיצונג פֿון דער אייראָפּעישער רבנים־קאָנפֿערענץ, וואָס אויף איר איז גאָלדשמיט אויסדערוויילט געוואָרן אויף זײַן נײַער קאַדענץ ווי דער פֿאָרזיצער פֿון דער קאָנפֿערענץ.
דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט פֿאַרבעטן קיין מאָסקווע דעם ישׂראלדיקן אַרכעאָלאָג מיכאל פֿרייקמאַן. פֿרייקמאַן איז אַן אָפֿטער גאַסט פֿונעם פּראָיעקט, און זײַנע רעפֿעראַטן קלײַבן תּמיד אַ גרויסן עולם. דאָס מאָל האָט ער דערציילט וועגן די מאָדערנע טעכנאָלאָגיעס וואָס קענען באַניצט ווערן אין דער אַרכעאָלאָגיע. ער האָט זיך קאָנצענטרירט אויף קעראַמיק — טעפּ און אַנדערע כּלים — און דערציילט ווי אַזוי נײַע אופֿנים פֿון פֿאָטאָגראַפֿיע און אַנאַליז דערלויבן צו באַקומען מער אינפֿאָרמאַציע פֿון די געפֿונענע אַרטיפֿאַקטן. פֿרייקמאַן האָט פֿאָרגעשטעלט עטלעכע אַנטפּלעקונגען פֿון ישׂראלדיקע אַרכעאָלאָגן — בתוכם די געשיכטע, ווען דער כעמישער אַנאַליז פֿון כּלים האָט געהאָלפֿן צו אַנטדעקן די פּרטים פֿון נאַרקאָ־טראַפֿיק אין דער אַנטיקן־וועלט.
און אָט איז אַ פּאָליטישע ידיעה: דער פּרעזידענט פֿון רוסלאַנד וולאַדימיר פּוטין האָט אונטערגעשריבן אַן אוקאַז, וואָס הייסט אומצוקערן מדינת־ישׂראל אַ טאַנק, וואָס דאָס אַראַבישע מיליטער האָט פֿאַרכאַפּט בעת דער ערשטער מלחמה אין לבֿנון און איבערגעגעבן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. (איצט געפֿינט זיך דער טאַנק אין מאָסקווער טאַנק־מוזיי). מיט אַזאַ בקשה האָט זיך געוואָנדן צו פּוטינען דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון ישׂראל בנימין נתניהו. די סיבה איז ניט בלויז אַ היסטאָרישע: אין דעם טאַנק זענען געווען דרײַ טאַנקיסטן, וואָס פֿון זייער טויט ווייסט ישׂראל עד־היום גאָרנישט. דער טאַנק איז די איינציקע זאַך, וואָס האָט צו טאָן מיט די אומשטאַנדן פֿון זייער אומקום, וואָס קען זײַן וויכטיק פֿאַר זייערע משפּחות.
די לעצטע ידיעה פֿון הײַנט קומט פֿון דער וויסנשאַפֿטלעכער וועלט. דער בילדונג־מיניסטעריום פֿון רוסלאַנד האָט דערקלערט, אַז צו דער רשימה פֿון פֿאַכן, וואָס אין זיי זענען דאָ לערן־פּראָגראַמען פֿאַר סטודענטן און אַספּיראַנטן, האָט מען לעצטנס צוגעגעבן „טעאָלאָגיע‟. פֿון איצט אָן קען מען צוגרייטן אַ דיסערטאַציע און ווערן אַ דאָקטער פֿון קריסטלעכער, מוסלמענישער און אויך ייִדישער טעאָלאָגיע. ביזן סוף זומער פּלאַנירט מען צונויפֿצושטעלן אַ קאָמיסיע, וואָס וועט באַשטעטיקן דאָקטער־טיטלען אין דעם פֿאַך. זי וועט אײַנשליסן פֿאָרשער פֿון פֿילאָסאָפֿיע, געשיכטע פֿון רעליגיעס, אַלגעמיינער געשיכטע און פֿילאָלאָגיע. די פֿאַרטרעטער פֿון דער ייִדישער קהילה פֿון רוסלאַנד האָבן באַגריסט דעם באַשלוס פֿונעם מיניסטעריום און געזאָגט, אַז ער וועט פֿאַרבעסערן דעם דיאַלאָג צווישן די רעליגיעס אין רוסלאַנד, און זיי זענען גרייט אָנטייל צו נעמען אין דער אַרבעט פֿון דער קאָמיסיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.