שוין אַ היפּש־ביסל צײַט זעט אויס, אַז די מעגלעכקייט פֿאַר אַ ישׂראל־פּאַלעסטינער שלום־אָפּמאַך, אויפֿן סמך פֿון דער צוויי־מלוכישער פּראָגראַם, איז אויסגעגאַנגען.
דורכפֿאָרנדיק איבער ישׂראל און דעם אָקופּירטן מערבֿ־ברעג, באַקומט מען דעם שטאַרקן רושם, אַז אויף קיין גוטער ריכטונג גייט מען נישט. די צוויי באַפֿעלקערונגען, די ייִדן און די פּאַלעסטינער, לעבן אַזוי ענג בשכנות, אַז די פֿאַרשידענע פּרוּוון צווישן זיי זיך אָפּצוזינדערן, זענען אינעם בעסטן פֿאַל — קינסטלעך און נישט עכט. איבערן גרייס פֿון יעדער מדינה פֿירט מען תּמיד הייסע דעבאַטעס, אָבער נישט ווייניק מומחים האַלטן, אַז די צוויי באַפֿעלקערונגען זענען מער ווייניקער גלײַך, מיט אַ קליינער מערהייט לטובֿת די פּאַלעסטינער.
פּאָליטיש גערעדט, פּראָבירט אַפֿילו די „העבֿודה‟־פּאַרטיי — די כּלומרשטיקע פּאָליטישע אָפּאָזיציע צו „ליכּוד‟ — אַלעמען איבערצורעדן אַז וואָס שײך דער „זיכערקייט‟ שטייט זי נאָך מער צום רעכטס פֿון נתּניהון. און ביבי האַלט, אַז יעדע נײַע איניציאַטיוו אָדער פּרוּוו צו אָרגאַניזירן אַן אינטערנאַציאָנאַלע שלום־קאָנפֿערענץ, שטעלט ישׂראל אין אַ גרויסער סכּנה. דער אַקטיוויסט און מחבר אורי אַבֿנרי האָט אָט דעם ישׂראלדיקן צוגאַנג אַמאָל אָנגערופֿן „די שלום־באַדראָונג‟.
פֿון דער אַנדערער זײַט, האַלטן אַ סך מענטשן, אַז די איין־מלוכישע לייזונג איז פּשוט צו אוטאָפּיש און אומתּכליתדיק צו רעאַליזירן; בפֿרט אַז מע נעמט אין באַטראַכט די טיפֿע שׂינאה צווישן די צוויי פֿעלקער.
וואָס זשע טוט מען? ווי פֿירט מען ווײַטער די זינקענדיקע ישׂראל־שיף, כּדי צו געפֿינען אַן אויסוועג פֿון דעם פּלאָנטער?
ווי מע זאָגט, גיט זיך אַ ייִד (און אין דעם פֿאַל יעדער איינער) אַן עצה. קלוגע לײַט באַטראַכטן די בײַטנדיקע ווירקלעכקייט און מוטיקן נײַע שײַכותדיקע געדאַנקען. איינער פֿון די מער ערנסטע און אינטערעסאַנטע אײַנפֿאַלן אין דעם געביט, קומט פֿון דער גרופּע „צוויי מדינות, איין היימלאַנד‟ (שׁתּי מדינות, מולדת אַחת). די גרופּע שטרעבט אויסצומײַדן ביידע שאַבלאָנען: אי פֿון דער צוויי־מלוכישער לייזונג, אי פֿון דער איין-מלוכישער. אין תּוך, שטייט זייער געדאַנק אויף פֿעסטע יסודות. זייער וויזיע באַשטייט פֿון „צוויי סוּווערענע מדינות אין איין אָפֿענעם לאַנד‟. זיי דריקן אויס זייער וויזיע בזה־הלשון:
„די מלוכה ישׂראלפּאַלעסטינע איז אַ בשותּפֿותדיק היימלאַנד פֿאַר צוויי פֿעלקער — דאָס ייִדישע און דאָס פּאַלעסטינער, און יעדער איינער פֿון זיי האָט דערצו אַ טיף היסטאָריש, רעליגיעז און קולטורעל שײַכות. יעדער איינער, וואָס לעבט אין דעם בשותּפֿותדיקן היימלאַנד, האָט גלײַכע רעכט צו לעבן אין פֿרײַהייט, גלײַכבאַרעכטיקונג און כּבֿוד, און יעדער הסכּם מוז זיך באַזירן אויפֿן פֿאַרזיכערן אָט די רעכט… מיר גלייבן, אַז די גרענעצן צווישן די צוויי מלוכות [לויט די ליניעס פֿון דעם 4טן יוני 1967] דאַרפֿן זײַן אָפֿן צו דער פֿרײַער באַוועגונג פֿון בירגער פֿון ביידע צדדים, אַבי מע זאָל רעספּעקטירן די רעכט פֿון די כּלל־תּושבֿים.‟
דאָס איז זייער פֿאָרלייג על־רגל־אַחת. פֿאַרשטייט זיך, זענען געבליבן נאָך אָן אַ שיעור פֿראַגעס און פּראָבלעמען. צום אַלעם ערשטן שטייט אפֿשר דער ענין מיט די [פּאַלעסטינער] פּליטים. אויף דעם ענטפֿערן זיי אויף זייער וועבזײַט, אַז די פּליטים וועלן נישט צוריקבאַקומען זייערע הײַזער אין יפֿו און אין חיפֿה, ווײַל מע קען נישט פֿאַרריכטן איין עוולה דורכן שאַפֿן אַן אַנדער עוולה. אָבער „די פֿרײַע באַוועגונג און וווינרעכט וועלן זײַן אוניווערסאַל, און וועלן זײַן חל אויף אַלע פּליטים, אָן קוואָטעס און אָן טובֿות, און זיי וועלן קענען פֿון דאָס נײַ אָנקניפּן זייערע באַציִונגען מיטן היימלאַנד און מיט זייערע קרובֿים, וואָס זענען דאָ [אין ארץ־ישׂראל] געבליבן.‟
זיי זענען זיך מודה, אַז די פֿראַגע לגבי דער עצם־אידענטיטעט פֿון דער ישׂראל־מדינה, ווי אַ ייִדישע, איז אַ האַרבע. די מדינה, שרײַבן זיי, וועט בלײַבן אַ ייִדישע דורך איר שפּראַך, יום־טובֿים, דאָס היטן כּשרות בײַ אירע אינסטיטוציעס, אאַז״וו. (אין אַלגעמיין האָבן זיי בעסער ליב הערצלס באַגריף „ייִדנשטאַט‟, איידער דעם „ייִדישן שטאַט‟). און די פּאַלעסטינער וואָס וועלן זיך באַזעצן און זיך באַוועגן אין ישׂראל, וועלן נישט זײַן קיין בירגער, נאָר גיכער לכל־היותר תּושבֿים.
ווער נעמט אָנטייל אין דער גרופּע, און וואָס טוען זיי צו פּראָטעזשירן זייער סדר־היום?
די גרופּע באַשטייט דערווײַל, צום מערסטנס, פֿון ישׂראלדיקע און פּאַלעסטינער אינטעלעקטואַלן, ווי די צוויי פֿאַרלייגערס מירון ראַפּאָפּאָרט און אַווני אַל־מאַסני; דער רעליגיעזער קאָלאָניסט־פּאָעט אליאס כּהן, אורן יפֿתחאל, נידאַ כורי און נאָך. זיי פֿינאַנצירן עס בלויז דורך מיטגלידערשאַפֿט־געלט, און זיי האַלטן לעקציעס, אונטערנעמונגען, און אַ יערלעכע קאָנפֿערענץ, וואָס די צווייטע דערפֿון איז פֿאָרגעקומען דעם 2טן יוני אין תּל־אָבֿיבֿ.
אויב צו פּאַראַפֿראַזירן ר׳ דזשאָן לענאָן ז״ל: „איר מעגט זאָגן, אַז זיי זענען בעלי־חלומות, אָבער זיי זענען נישט די איינציקע…‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.