די ייִדישע קהילה פֿון קאָסאָוואָ האַלט אין מיטן פֿאַרהאַנדלען מיט דער אָרטיקער רעגירונג וועגן בויען אַן אָרטיקע שיל אָדער קהילה־צענטער.
פֿאָרשטייער פֿון דער ייִדישער קהילה האָבן לעצטנס גערעדט מיט דער נאַציאָנאַלער רעגירונג, ווי אויך די מוניציפּאַלע אינסטאַנצן אין פּריסטינע, די הויפּט־שטאָט פֿונעם באַלקאַנישן לאַנד, און אין פּריזרען, אַ היסטאָריש שטעטעלע, וווּ עס געפֿינען זיך ס׳רובֿ פֿון די 56 ייִדישע אײַנוווינער.
אינעס דעמירי, אַ באַאַמטערין אינעם אויסלענדישן מיניסטעריום און די טאָכטער פֿון וואָטים דעמירי, דער פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער קהילה האָט פֿאַראַכטאָגן געזאָגט דער ייִט׳׳אַ, אַז די ייִדן אין קאָסאָוואָ ווילן גיכער אַ קהילה־צענטער אין פּריזרען אַנשטאָט אַ שיל. זיי ווילן אַ צענטער וואָס איז ענלעך צום חורבן־דענקמאָל אין סקאָפּיע, מאַקעדאָניע. דער בירגערמײַסטער פֿון דער הויפּט־שטאָט פּריסטינע האָט געהאַט געזאָגט, אַז ער נעמט אָן דעם פֿאָרלייג צו בויען אַ שיל אין זײַן שטאָט.
דער דענקמאָל אין סקאָפּיע נעמט אַרײַן אַ באַשרײַבונג פֿונעם אומקום פֿון דער מאַקעדאָניער ייִדישער קהילה, ווי אויך אַ דערקלערונג וועגן דער קהילה אין בעסערע צײַטן. עס דינט אויך ווי אַן אָרט, וווּ די ייִדן קענען זיך פֿאַרזאַמלען אויף יום־טובֿים און פֿאַרשידענע געזעלשאַפֿטלעכע פּראָגראַמען.
מע שאַצט, אַז פֿון די 551 ייִדן, וואָס האָבן געוווינט אין קאָסאָוואָ פֿאַרן חורבן, זענען 210 פֿון זיי אומגעבראַכט געוואָרן בעת דער מלחמה. אַלע שילן און קהילה־צענטערס אינעם לאַנד זענען צעשטערט געוואָרן בעת יוגאָסלאַוויעס קאָמוניסטישער תּקופֿה.
קאָסאָוואָ, וואָס איז געווען אַ טייל פֿון סערביע, האָט דערקלערט זײַן אומאָפּהענגיקייט אין ,2008 מיט דער שטיצע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ס׳רובֿ אײַנוווינער זענען מוסלמענער אָבער דאָס לאַנד שטרעבט צו באַטאָנען זײַן וועלטלעכן, מערבֿ־געשטימטן צוגאַנג. ס׳רובֿ סערביש־רעדנדיקע ייִדן האָבן פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד בעת דער מלחמה מיט סערביע אין 1999. די ייִדן וואָס בלײַבן הײַנט אינען לאַנד רעדן אַלבאַניש, די שפּראַך פֿונעם גרעסטן טייל אָרטיקע מוסלמענער. מיט אַ פּאָר דורות צוריק האָבן ס׳רובֿ אָרטיקע ייִדן, אַזוי ווי אינעם גאַנצן אַמאָליקן יוגאָסלאַוויע, גערעדט דזשודעזמאָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.