יענע װאָך האָב איך באַקומען אַ טעלעפֿאָנישן קלונג פֿון אַן אומבאַקאַנטן נומער. אױף דער מאָבילקע איז געשטאַנען בלױז „ניו־דזשערזי“, און װען איך האָב אױפֿגעהױבן דאָס טרײַבל און געהערט דעם נאָמען — מײַן מאַמעס אַ קוזינע, װאָס איך האָב זיך מיט איר קײן מאָל נישט באַקענט — האָב איך באַלד פֿאַרשטאַנען אַז איר טאַטע, מײַן עלטער־פֿעטער הענק גרינבערג, איז געשטאָרבן. הענק איז געװען אַ געטרײַער מאַן, טאַטע און זײדע, און אַ פֿעיִקער געשעפֿטסמאַן. צװישן אַנדערע אױפֿטוען האָט ער, װי װיצע־פּרעזידענט פֿון דער גרױסער אוניװערסאַל־קראָם „מײסיס“, אײַנגעפֿירט דעם באַרימטן „אײן־טאָגיקן אױספֿאַרקױף“.
דער מאַמעס קוזינע האָט מסתּמא געקראָגן מײַנע קאָאָרדינאַטן פֿון איר מאַמען, מײַן עלטער־מומע. װען איך האָב זיך אַריבערגעקליבן פֿון קאַליפֿאָרניע קײן ניו־יאָרק האָב איך זיך פֿאַרבונדן מיט זײ — מיט מײַן עלטער־פֿעטער און עלטער־מומע, הײסט עס — און מיר האָבן זיך געזען עטלעכע מאָל אי אין שטאָט, אי בײַ זײ אין דער הײם. זײ האָבן מיך אױך באַקענט מיט זײערע שװעסטערקינדער, װאָס האָבן בײדע איבערגעלעבט דעם חורבן און געשריבן לידער און זכרונות װעגן דעם. בקיצור, אַלע זענען פֿײַנע, ליבע מענטשן, װאָס האָבן מיך װאַרעם און פֿרײַנדלעך אױפֿגענומען װי נאָענטע משפּחה. ס’איז אַ שאָד װאָס מיר האָבן זיך נישט פֿריִער באַקענט.
אױף דער לװיה האָב זיך צום ערשטן מאָל באַקענט מיט די קינדער פֿון מײַן עלטער־פֿעטער און עלטער־מומע — ד״ה, מיט דער מאַמעס שװעסטערקינדער, װאָס זי אַלײן האָט פֿאַרלױרן קאָנטאַקט מיט זײ — און אַלע האָבן מיר געזאָגט, אַז הלװאַי װאָלטן מיר זיך באַקענט „אונטער פֿרײלעכערע באַדינגונגען“. גערעדט האָבן מיר אױף אונדזער מאַמע־לשון ענגליש, נאָר דער אױסדרוק איז אַװדאי געװען אַ קאַלקע פֿון ייִדיש — „נאָר אױף שׂימחות“. ס’איז אַ ביסל איראָניש, װאָס ממש צװײ טעג נאָך מײַן עלטער־זײדנס לװיה בין איך טאַקע געפֿאָרן קײן שיקאַגע אױף מײַן קוזינעס חתונה (פֿון זעלביקן צד פֿון דער משפּחה).
בײַ אונדז אין דער משפּחה, װאָס מיר זענען צעזײט און צעשפּרײט איבער גאַנץ אַמעריקע, איז דאָס װערטל „נאָר אױף שׂימחות“ נישט נאָר אַ געזעגענונגס־פֿאָרמל װאָס מע װינטשט זיך אײנער דעם אַנדערן אױף אַ לװיה, נאָר טאַקע אַן עיקר, אַ פּרינציפּ װאָס די משפּחה האַלט פֿאָר גאָר װיכטיק. יעדערער װאָס פּראַװעט אַ בר־מיצװה אָדער אַ חתונה ריכט זיך אַז אַלע װעלן קומען. און אַז מע דאַרף פֿאַרפֿעלן יענעמס שׂימחה קען מען זיך ריכטן, אַז דער בעל־שׂימחה װעט זיך באַלײדיקן.
פֿון אײן זײַט פֿיל איך, אַז דאָס איז זײער אַ שײנער מינהג. די שׂימחות דינען װי געלעגנהײטן זיך צו זען מיט משפּחה־גלידער װאָס װױנען אין װײַטע שטעט און שטאַטן. פֿון דער אַנדערער זײַט האָב איך דעם רושם, אַז אַ סך פֿון אונדז פֿאָרן אױף די שׂימחות בלױז פֿון יוצא װעגן. דער טרױעריקער אמת איז, אַז מײַן משפּחה זעט זיך נאָר — און טאַקע נאָר — אױף שׂימחות (און זעלטענער אױף לװיות), אָדער בעסער געזאָגט: אײן מאָל אין אַ יובֿל. סע געשעט גאַנץ אָפֿט, אַז אײנער קומט אױף אַ באַזוך אין לאָס־אַנדזשעלעס אָדער שיקאַגע אָדער ניו־יאָרק און „פֿאַרגעסט“ צו קלינגען די קרובֿים װאָס װױנען דאָרט און דערבײַ פֿאַרפֿעלן זיי אַ געלעגנהייט זיך צו זען מיט זײ. (פֿון װאַנען װײס איך דאָס? פֿון די בילדער װאָס מע לײגט אַרױף אױף „פֿײסבוק“, װאָ׳דען?)
איך גלײב נישט אַז מײַן משפּחה איז די אײנציקע, װאָס מײנט אַז דאָס פֿאָרן אױף שׂימחות איז װיכטיקער װי שטײן אין פֿאַרבינדונג אין משך פֿון יאָר. איך האַלט אָבער אַז ס׳איז זײער װײַט פֿונעם אידעאַל. אױב מע מײנט אַז ס׳איז צו פֿיל אַ טירחה צו כאַפּן אַ שמועס מיט יענעם טעלעפֿאָניש און זיך נאָכפֿרעגן אױף זײַניקע, איז מען שױן נישט מער װי אַ פֿרעמדער. װעגן װאָס רעדט מען מיט אַ קרובֿ װאָס מע האָט נישט געזען אַ לאַנגע צײַט? אָדער מע שטעלט די זעלביקע אײבערפֿלעכלעכע פֿראַגעס װאָס מע שטעלט בײַם באַקענען זיך מיט אַ פֿרעמדן, אָדער מע רעדט לשון־הרע װעגן די קרובֿים װאָס זיצן בײַ אַ טיש װײַטער װי דער אױער גרײכט.
אַ מאָל איז גוט צו „טאַנצן אױף פֿרעמדע חתונות“, נאָר די שׂימחה איז פֿיל גרעסער (און װײניקער פֿאַלש) װען מע קען גוט דאָס פּאָרל, װאָס גײט צו דער חופּה אָדער כאָטש די עלטערן װאָס גיבן זיי אױס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.