אַ ייִדישע שטאָט אָדער אַ גיהנום?

Jewish City or Inferno?

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published June 13, 2016, issue of June 25, 2016.

דאָס בוך „אַ ייִדישע שטאָט אָדער דער גיהנום פֿונעם רוסישן ישׂראל?‟
דאָס בוך „אַ ייִדישע שטאָט אָדער דער גיהנום פֿונעם רוסישן ישׂראל?‟

אין דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע איז די שטאָט קיִעװ געװען אַ לעגאַלער יוצא־מן־הכּלל.

געאָגראַפֿיש איז קיִעװ געלעגן אין סאַמע תּוך פֿונעם ייִדישן תּחום־המושבֿ, אָבער בלױז געװיסע קאַטעגאָריעס ייִדן האָבן געמעגט דאָרט װױנען. נאָך מער, אַפֿילו דער שטח פֿון דער שטאָט גופֿא איז געװען צעטײלט לױטן סטאַטוס פֿון די ייִדישע תּושבֿים. די סוחרים פֿון דער ערשטער גילדיע — דאָקטױרים און אַדװאָקאַטן — האָבן פֿאַרמאָגט דאָס רעכט צו װױנען אין די צענטראַלע, העכערע ראַיאָנען, בעת די בעל־מלאכות און פּשוטע הענדלער האָבן געמעגט װױנען בלױז אין די נידעריקע אָרעמע טײלן, מערסטנטײל אױפֿן פּאָדאָל. און דאָס רעשט פֿונעם עמך האָט געלעבט אין די אַרומיקע שטעטלעך מחוץ דער שטאָט־גרענעץ. אַזױ אַרום איז קיִעװ געװען די אײנציקע שטאָט אין רוסלאַנד, װוּ עס האָבן זיך אָפּגעהיט עלעמענטן פֿון דער מיטלעלטערלעכער געטאָ ביזן אָנהײב פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט.

קיִעװ האָט צוגעצױגן טױזנטער ייִדן פֿון גאַנץ רוסלאַנד צוליב אירע קאָמערציעלע אױסזיכטן, הגם בלױז אַ קלײנע צאָל פֿון די נײַ־געקומענע זײַנען מצליח געװען. די פּני פֿון דער קיִעװער קהילה זײַנען געװען צװישן די רײַכסטע אין רוסלאַנד, אָבער דאָס רובֿ פֿון קיִעװער ייִדן זײַנען פֿאַרבליבן קבצנים. די רײַכסטע קיִעװער ייִדישע משפּחות, אַזעלכע װי די בראָדסקיס, האָבן געמאַכט יד־אחת אין זײערע געשעפֿטן מיט רוסישע און אוקראַיִנישע פֿאַבריקאַנטן, אָבער די אָרעמע ייִדן האָבן געליטן פֿון רדיפֿות און פּאָגראָמען. אין איר בוך װעגן דער געשיכטע פֿון ייִדן אין קיִעװ, „אַ ייִדישע שטאָט אָדער דער גיהנום פֿונעם רוסישן ישׂראל?‟, דערקלערט װיקטאָריאַ כיטערער, אַז די קיִעװער אַדמיניסטראַציע איז געװען כּסדר מער אַנטיסעמיטיש אײדער די אַדמיניסטראַציע פֿון אָדעס אָדער פּעטערבורג.

כיטערערס בוך דעקט כּמעט אײן טױזנט יאָר פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדן אין קיִעװ און באַהאַנדלט דאָס פּאָליטישע, עקאָנאָמישע, קולטורעלע און רעליגיעזע לעבן פֿון פֿאַרשידענע שיכטן פֿונעם קיִעװער ייִדנטום. די סאַמע עלטסטע מקורים, װאָס דערמאָנען די ייִדן אין קיִעװ, שטאַמען פֿונעם צענטן יאָרהונדערט. אָבער די ייִדישע געשיכטע פֿון קיִעװ איז ניט געװען גלאַטיק. די ליטװישע, פּױלישע, קאָזאַקישע און רוסישע בעלי־בתּים האָבן עטלעכע מאָל אַרױסגעטריבן די ייִדן פֿון דער שטאָט, כאָטש שפּעטער האָט מען זיי װידער אַרײַנגעלאָזט.

אין 1835 האָט דער רוסישער צאַר ניקאָלײַ דער ערשטער געהײסן װידער אַרױסצוטרײַבן ייִדן פֿון קיִעװ, װײַל ער האָט בדעה געהאַט צו פֿאַרװאַנדלען די שטאָט אין אַ מיליטערישער פֿעסטונג. זײַן יורש, אַלעקסאַנדער דער צװײטער, האָט אָבער דערלױבט אײניקע ייִדן צו באַזעצן זיך אין קיִעװ אין 1859.

די קיִעװער פּאָליצײ פֿלעגט כּסדר מאַכן „אָבלאַװעס‟, זיך אַרײַנרײַסן אין ייִדישע הײַזער בײַ נאַכט און זוכן „אומלעגאַלע‟ ייִדן, װאָס געפֿינען זיך דאָרט אָן געהעריקע דערלױבענישן. מען האָט זײ אַרעסטירט און אַרױסגעשיקט װי געמײנע פֿאַרברעכער צוריק אין די שטעטלעך. די דאָזיקע ביטערע דערפֿאַרונג איז באַשריבן אין אַ סך זכרונות און דערצײלונגען װי, למשל, אין שלום־עליכמס „פֿונעם יריד‟.

אָבער קיִעװ איז אױך געװען אַ מאַגנעט, װאָס האָט צוגעצױגן יונגע און אַמביציעזע ייִדן. ניט געקוקט אױף אַלע רדיפֿות, האָבן די ייִדן, צום סוף פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, באַטראָפֿן אַרום פֿופֿצן פּראָצענט פֿון דער שטאָטישער באַפֿעלקערונג. אַ היפּשער טײל פֿון זײ זײַנען געװען סטודענטן, װאָס האָבן אױך באַקומען אַ צײַטװײַליקן װױנרעכט. צוליב זײ איז קיִעװ געװאָרן אַ װיכטיקער צענטער פֿון דער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ. אַ דאַנק שלום־אַליכמס טעטיקײט האָט ייִדיש באַקומען אַ העכערן פּרעסטיזש אין יענע קולטורעלע סבֿיבֿות, װוּ מען פֿלעגט רעדן רוסיש. מיט דעם זײַנען ניט מסכּים געװען די ציוניסטן. אין 1909 האָט זאבֿ זשאַבאָטינסקי געטענהט אין אַ רעדע, אַז ייִדיש האָט ניט קיין צוקונפֿט און בלױז העברעיִש דאַרף װערן די ייִדישע שפּראַך.

די סתּירה צװישן די אַלטפֿרענקישע געזעצן און דעם מאָדערנעם לעבסנשטײגער האָט גורם געװען אַן אײגנאַרטיקן מין ייִדישע קולטורעלע און עפֿנטלעכע טעטיקײט. די קיִעװער ייִדן פֿון אַלע סאָציאַלע שיכטן האָבן געהאַט נאָענטע קאָנטאַקטן מיט רוסן, אוקראַיִנער און פּאָליאַקן, אָבער דערבײַ האָבן זײ תּמיד געשפּירט זײער אַנדערשקײט. בראָש פֿון דער ייִדישער קהילה זײַנען געשטאַנען עטלעכע סוחרישע משפּחות, אַזעלכע װי די בראָדסקיס, די זײַצעװס און אַנדערע, װאָס האָבן ברײטהאַרציק געשטיצט אי ייִדישע, אי ניט־ייִדישע אַנשטאַלטן און אונטערנעמונגען, אַזעלכע װי דער קיִעװער אוניװערסיטעט, פֿאַרשידענע שפּיטאָלן און דער שטאָטישער טראַנספּאָרט. די פֿילאַנטראָפּישע אָרגאַניזאַציעס זײַנען געװאָרן אַ במקום פֿאַרן קהל, װאָס די רוסישע מלוכה האָט אָפּגעשאַפֿן אין 1844.

אָבער די ייִדישע פֿילאַנטראָפּיע האָט ניט קיין סך געקענט העלפֿן קעגן די אַנטיסעמיטישע שטימונגען, װאָס האָבן געהאַלטן אין אײן װאַקסן סײַ אין די הױכע רוסישע פֿענצטער, סײַ צװישן די מאַסן. די אַנטיסעמיטישע אָרגאַניזאַציע „שװאַרצע מאה‟ איז געװען שטאַרק אין קיִעװ, און די אָרטיקע רוסישע צײַטונג „קיִעװליאַנין‟ איז געװען אױסגעשפּראָכן אַנטיסעמיטיש — חוץ עטלעכע יאָר, װען בראָדסקי האָט בסוד באַצאָלט דעם רעדאַקטאָר. דערבײַ האָט די ייִדישע קהילה געמוזט צאָלן דער שטאָט אַרום צװאַנציק פּראָצענט פֿון זײער בודזשעט. לרובֿ איז דאָס דאָזיקע געלט געגאַנגען צו דער פּאָליצײ, װאָס האָט אַרױסגעטריבן ייִדן פֿון דער שטאָט!

עס איז ניט קײן חידוש, װאָס דװקא קיִעװ איז געװאָרן אַ צענטער פֿון דער ציוניסטישער באַװעגונג אין רוסלאַנד. להיפּוך צו די פּעטערבורגער גבֿירים, האָבן די קיִעװער רעדל־פֿירער אַקטיװ געשטיצט ייִדישע עמיגראַציע פֿון רוסלאַנד. לעאָן בראָדסקי איז געװען פֿאַרטאָן אין דעם פּלאַן צו ענדערן די ריכטונג פֿונעם שטראָם פֿון ייִדישע עמיגראַנטן קײן אַמעריקע — קײן גאַלװערסטאָן, טעקסאַס, װוּ עס איז געװען אַ סך מער אַרבעט. די שטיצער פֿונעם דאָזיקן פּראָיעקט האָבן געהאָפֿט, אַז די אַסימילאַציע פֿון ייִדן אין די דרום־שטאַטן װעט זײַן ניט אַזױ שטאַרק װי אין צפֿון־מזרח, אָבער דער פּלאַן איז ניט מקוים געװאָרן װײַל די אַמעריקאַנער און אײראָפּעיִשע גבֿירים האָבן פֿאַרלױרן דעם אינטערעס דערין.