אין דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע איז די שטאָט קיִעװ געװען אַ לעגאַלער יוצא־מן־הכּלל.
געאָגראַפֿיש איז קיִעװ געלעגן אין סאַמע תּוך פֿונעם ייִדישן תּחום־המושבֿ, אָבער בלױז געװיסע קאַטעגאָריעס ייִדן האָבן געמעגט דאָרט װױנען. נאָך מער, אַפֿילו דער שטח פֿון דער שטאָט גופֿא איז געװען צעטײלט לױטן סטאַטוס פֿון די ייִדישע תּושבֿים. די סוחרים פֿון דער ערשטער גילדיע — דאָקטױרים און אַדװאָקאַטן — האָבן פֿאַרמאָגט דאָס רעכט צו װױנען אין די צענטראַלע, העכערע ראַיאָנען, בעת די בעל־מלאכות און פּשוטע הענדלער האָבן געמעגט װױנען בלױז אין די נידעריקע אָרעמע טײלן, מערסטנטײל אױפֿן פּאָדאָל. און דאָס רעשט פֿונעם עמך האָט געלעבט אין די אַרומיקע שטעטלעך מחוץ דער שטאָט־גרענעץ. אַזױ אַרום איז קיִעװ געװען די אײנציקע שטאָט אין רוסלאַנד, װוּ עס האָבן זיך אָפּגעהיט עלעמענטן פֿון דער מיטלעלטערלעכער געטאָ ביזן אָנהײב פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט.
קיִעװ האָט צוגעצױגן טױזנטער ייִדן פֿון גאַנץ רוסלאַנד צוליב אירע קאָמערציעלע אױסזיכטן, הגם בלױז אַ קלײנע צאָל פֿון די נײַ־געקומענע זײַנען מצליח געװען. די פּני פֿון דער קיִעװער קהילה זײַנען געװען צװישן די רײַכסטע אין רוסלאַנד, אָבער דאָס רובֿ פֿון קיִעװער ייִדן זײַנען פֿאַרבליבן קבצנים. די רײַכסטע קיִעװער ייִדישע משפּחות, אַזעלכע װי די בראָדסקיס, האָבן געמאַכט יד־אחת אין זײערע געשעפֿטן מיט רוסישע און אוקראַיִנישע פֿאַבריקאַנטן, אָבער די אָרעמע ייִדן האָבן געליטן פֿון רדיפֿות און פּאָגראָמען. אין איר בוך װעגן דער געשיכטע פֿון ייִדן אין קיִעװ, „אַ ייִדישע שטאָט אָדער דער גיהנום פֿונעם רוסישן ישׂראל?‟, דערקלערט װיקטאָריאַ כיטערער, אַז די קיִעװער אַדמיניסטראַציע איז געװען כּסדר מער אַנטיסעמיטיש אײדער די אַדמיניסטראַציע פֿון אָדעס אָדער פּעטערבורג.
כיטערערס בוך דעקט כּמעט אײן טױזנט יאָר פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדן אין קיִעװ און באַהאַנדלט דאָס פּאָליטישע, עקאָנאָמישע, קולטורעלע און רעליגיעזע לעבן פֿון פֿאַרשידענע שיכטן פֿונעם קיִעװער ייִדנטום. די סאַמע עלטסטע מקורים, װאָס דערמאָנען די ייִדן אין קיִעװ, שטאַמען פֿונעם צענטן יאָרהונדערט. אָבער די ייִדישע געשיכטע פֿון קיִעװ איז ניט געװען גלאַטיק. די ליטװישע, פּױלישע, קאָזאַקישע און רוסישע בעלי־בתּים האָבן עטלעכע מאָל אַרױסגעטריבן די ייִדן פֿון דער שטאָט, כאָטש שפּעטער האָט מען זיי װידער אַרײַנגעלאָזט.
אין 1835 האָט דער רוסישער צאַר ניקאָלײַ דער ערשטער געהײסן װידער אַרױסצוטרײַבן ייִדן פֿון קיִעװ, װײַל ער האָט בדעה געהאַט צו פֿאַרװאַנדלען די שטאָט אין אַ מיליטערישער פֿעסטונג. זײַן יורש, אַלעקסאַנדער דער צװײטער, האָט אָבער דערלױבט אײניקע ייִדן צו באַזעצן זיך אין קיִעװ אין 1859.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.