שוועסטער און ברידער איר מעגט אײַך שוין באַפֿרײַען,
ווײַל די גנבֿה איז קיין מאָל נישט גוט.
ווילט איר נישט גלייבן, נעמט זשע אײַך אַ ראַיה
און הערטס פֿון יאָסל־קילע אַ ליד.
[פֿונעם ליד „שוועסטער און ברידער‟]
מיט געמישטע געפֿילן האָב איך באַקומען די נײַע רעקאָרדירונג „גנבֿים־לידער‟ פֿון דער בערלינער גרופּע „שיכּור ווי לוט‟. דער דועט איז באַשטאַנען פֿונעם פֿײַנעם זינגער פֿאַביאַן שנעדלער און דער אויסערגעוויינטלעכער אַקאָרדיאָן־שפּילערין פֿראַנקאַ לאַמפּאַ — ביידע וויכטיקע פֿיגורן אין דער דײַטשער קלעזמער־סבֿיבֿה.
הגם איך בין געווען צופֿרידן וואָס מע מאַכט אַזאַ קאָמפּאַקטל, האָט עס בײַ מיר אויך אַרויסגערופֿן אַ ווייטאָג ווײַל דעם פֿאַרגאַנגענעם יאַנואַר איז לאַמפּאַ פֿריצײַטיק אַוועק פֿון דער וועלט, און מע האָט פֿאַרלוירן נישט בלויז אַ פֿײַנע מוזיקערין, נאָר אויך אַ מענטש וואָס איז געווען איבערגעגעבן דער ייִדישער מוזיק. אין פֿאַרשיידענע אַנסאַמבלען און גרופּעס האָט זי זיך אויסגעצייכנט, סײַ אינעם טראַדיציאָנעלן קלעזמערקלאַנג, סײַ אין נאָוואַטאָרישע מוזיקאַלישע ריכטונגען — ווער רעדט נאָך פֿון איר זיסן און וואַרעמען כאַראַקטער. זי וועט אונדז שטאַרק אויספֿעלן!
שוין עטלעכע יאָר, וואָס די מוזיקער פֿון דער קלעזמער־אויפֿלעבונג אינטערעסירן זיך אין די ייִדישע לידער פֿון דער אונטערוועלט, וואָס שמואל לעהמאַן (1886 — 1941) האָט געזאַמלט אין וואַרשע און אין אַנדערע שטעט. אינעם רעפּערטואַר פֿון אונדזערע זינגערס אינעם צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, האָט מען בלויז געציילטע גנבֿים־לידער רעקאָרדירט און געזונגען אויף קאָנצערטן ווי „האַרשל‟ און „איך וועל שוין מער נישט גנבֿענען‟ (אין דעם קאָמפּאַקטל זינגט מען אַ נוסח פֿון דעם ליד — „כ’האָב פֿאַר קיינעם קיין מורא‟.) דאָס באַקאַנסטע ליד וועגן אַ גנבֿ — „אַבֿרהמל דער מאַרוויכער‟ — איז, אָבער, נישט קיין אמת גנבֿים־ליד, געשאַפֿן פֿון גנבֿים, נאָר אַ ליד וועגן אַ גנבֿ, געשריבן פֿון מרדכי געבירטיק.
די רעקאָרדירונג „גנבֿים־לידער‟ איז די ערשטע וואָס באַשטייט אין גאַנצן פֿון עכטע גנבֿים־לידער. איך בין זיכער, אַז במשך פֿון די קומעדיקע פּאָר יאָר וועט מען נאָך געניסן פֿון לעהמאַנס זאַמלונגען און זיי אַרויסברענגען און לעבעדיק מאַכן פֿאַרן ברייטערן עולם. עס קומט אים, לעהמאַנען, אַזאַ אָנערקענונג, ווײַל ער האָט שווער געהאָרעוועט צו זאַמלען די לידער, און אַפֿילו זיך אַמאָל געשטעלט אין סכּנה ווען ער האָט זיך געפֿונען אין מיטן פֿון אַזאַ חבֿרה.
די לידער פֿון דער נײַער רעקאָרדונג פֿון „שיכּור ווי לוט‟ האָט מען אויפֿגענומען אויף אַ קאָנצערט פֿאַר אַן עולם אין אויגוסט 2013 בעת דער „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר” פּראָגראַם אין ווײַמאַר, דײַטשלאַנד. דער צוהערער פֿילט ממש די לעבעדיקע סבֿיבֿה בײַם צוהערן זיך צום קאָמפּאַטל. דער עולם האָט מסתּמא אַ השפּעה געהאַט אויפֿן זינגער שנעדלער און אַקאָרדיאָניסטין לאַמפּאַ — ביידע זינגען און שפּילן אַ ביסל פֿרײַער פֿון צײַט צו צײַט, ווי זיי וואָלטן אפֿשר זיך געלאָזט אין אַ סטודיע.
מיט בלויז אַן אַקאָרדיאָן ווי די מוזיקאַלישע באַגלייטונג, קלינגען די לידער ווי גאַסן־לידער, און אַזוי וואָלט מען זיי אפֿשר טאַקע געהערט אין די וואַרשעווער הויפֿן. בכלל פּאַסט אַזאַ סטיל פֿאַר די לידער. ס’איז אויך אמת, אַז ייִדישע פֿאָלקזינגערס האָבן געוויינטלעך פֿאָרגעשטעלט די לידער בכלל אָן באַגלייטונג, אָבער אויב שוין יאָ מיט אַן אינסטרומענט, וואָלט מען געהערט אַן אַקאָרדיאָן, פֿידל אָדער קאַטאַרינקע.
אַ צאָל לעהמאַנס געזאַמלטע לידער זענען קורץ — בלויז איין סטראָפֿע. דאַרף דער הײַנטיקער זינגער געפֿינען אַן אינטערעסאַנטן אופֿן זיי פֿאָרצושטעלן. בײַם סאַמע אָנהייב פֿון „גנבֿים־לידער‟ האָט „שיכּור ווי לוט‟ צונויפֿגעבונדן צוויי לידער — דאָס אַמעריקאַנער טעאַטער־ליד „ווינטש מיר אַ ביסעלע גליק‟ מיטן אַן איין־סטראָפֿיקן וואַרשעווער גנבֿים־ ליד, וואָס איז אויך וועגן גליק:
איך האָב אַרומגערײַזט די גאַנצע וועלט
כ’האָב געקענט האָבן דאָס גרעסטע גליק, —
קיין שום פֿאַרגעניגן איז בײַ מיר נישטאָ
און צו דער תּפֿיסה ציט מיך צוריק.
דאָס טרויעריקע לעבן פֿון אַ גנבֿ פּאַסט זיך גוט פֿאַר באַלאַדעס, און אין „הערט אויס, מענטשן‟, ווי אַ סך אַנדערע לידער אויף דער רעקאָרדירונג, הערט מען וועגן אַן אומגליקלעכער ליבע און אַ טראַגישן לעבן. דער וואָס הערט די דאָזיקע לידער צום ערשטן מאָל וועט זיך חידושן ווי די שאַפֿערס פֿון די לידער האָבן אויסגעניצט גאַנצע שורות און אַמאָל גאַנצע סטראָפֿעס פֿון מער באַקאַנטע פֿאָלקסלידער אין זייערע לידער. פֿאַר זיי איז געווען וויכטיק דאָס געפֿיל פֿונען ליד, נישט די אָריגינעלקייט. כאָטש עס האָבן די לידער געשאַפֿן און געזונגען גנבֿים, פֿאַררופֿט מען זיך אַמאָל אויף דעם אייבערשטיין. זיי זענען פֿאָרט געווען ייִדישע גנבֿים!
אינעם ליד „איך גיי מיר אַרויס‟ אימפּראָוויזירט שנעדלער מיט זײַן קול, און לאַמפּאַ אויפֿן אַקאָרדיאָדן און פֿון דער אַראַנזשירונג אַנטוויקלט זיך אַ גאַנצע טעאַטראַלישע באַלאַדע; ממש אַ מוזיקאַלישער „איין־אַקטער‟. די אַנדערע אַראַנזשירונגען פֿון די לידער שטעלן דעם טראָפּ אויף דעם צווישנשפּיל פֿון שנעדלערס טענאָרשטים מיט לאַמפּאַס אַקאָרידאָן. דעריבער פֿאַרגעסט מען נישט, אַז דאָס איז אַ מאָדערנער אויסטײַטש פֿאַרן הײַנטיקן עולם. שנעדלער האָט אַ דראַמאַטישן טאַלאַנט און סײַ ער און לאַמפּאַ האָבן מצליח געווען אויפֿצולעבן די גנבֿים־וועלט דורך געזאַנג.
מע קען הערן און זען געוויסע לידער בײַ דער וועבזײַט פֿון דער גרופּע: //www.fayvish.de/schikker-wi-lot/
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.