דער פּויפּסט פּלאַנירט צו באַזוכן אוישוויץ

The Pope To Visit Auschwitz

Getty Images

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 13, 2016, issue of June 25, 2016.

דער פּויפּסט וועט מאַכן אַ באַזוך אין אוישוויץ בעת זײַן טור פֿון פּוילן האָט דער וואַטיקאַן לעצטנס אַנאָנסירט.

פּויפּסט פֿראַנציס וועט זײַן אין פּוילן פֿונעם 27סטן ביזן 31סטן יולי צו רעדן אויף אַן אינטערנאַציאָנאַלער קאַטוילישער יוגנט־קאָנפֿערענץ אין קראָקע, וואָס וועט מסתּמא צוציִען הונדערטער טויזנטער מענטשן פֿון איבער דער גאָרער וועלט. מע ריכט זיך, אַז די הויפּט־מעסע וועט אַרײַננעמען כּמעט 2 מיליאָן מתפּללים.

לויטן צײַט־פּלאַן, דאַרף דער פּויפּסט פֿראַנציס דעם 29סטן יולי באַזוכן אוישוויץ. דאָרטן וועט ער דורכגיין דעם הויפּט־טויער מיט דער טרויעריק־באַרימטער לאָזונג „אַרבעט מאַכט פֿרײַ‟. ער וועט זיך טרעפֿן מיט עטלעכע מענטשן, וואָס האָבן דורכגעמאַכט דעם לאַגער; ער וועט תּפֿילה טאָן און רעדן בײַם דענקמאָל לזכּרון די קרבנות. דער פּויפּסט וועט אויך בעטן גאָט פּריוואַטערהייט בײַם קעמערל, וווּ מע האָט פֿאַרהאַלטן דעם פּוילישן גלח מאַקסימיליאַן מאַריע קאָלבע, וואָס האָט אָפּגעגעבן זײַן לעבן כּדי צו ראַטעווען אַ צווייטן געפֿאַנגענעם.

פּויפּסט פֿראַנציס וועט זײַן דער דריטער פּויפּסט צו באַזוכן אוישוויץ נאָך זײַנע פֿאָרגייער, פּויפּסט יאַנוס־פּאָלוס דער צווייטער און פּויפּסט בענעדיקט דער 16טער.

נאָך זײַן באַזוך אין אוישוויץ און זײַנע וויזיטן צו פֿאַרשידענע הייליקע קאַטוילישע ערטער אין קראָקע און טשענסטאָכאָוו, פּלאַנירט ער צו מאַכן אַ „סורפּריז־באַזוך‟. קיינער ווייסט נאָך ניט וואָס דאָס וועט זײַן אָדער צי ס׳וועט האָבן עפּעס אַ שײַכות צו די ייִדן.