פֿון ווילנע גיט מען איבער, אַז עס איז דאָרטן געשטאָרבן אין עלטער פֿון 91 יאָר עספֿיר (פֿירע) בראַמסאָן־אַלפּערניענע, די ביבליאָגראַפֿין וועמען מען האָט אַ סך צו פֿאַרדאַנקען אינעם פֿאַרהיטן די קולטור־ירושה פֿון ליטווישן ייִדנטום.
יעדערער וואָס האָט זיך אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר פֿאַראינטערעסירט מיטן עבֿר צי מיטן הײַנט פֿון ייִדישן לעבן און ייִדישער קולטור אין ליטע, האָט פֿריִער צי שפּעטער געמוזט זיך באַקענען מיט איר און מיט איר אַרבעט ווי די ביבליאָגראַפֿין און פֿאַרצייכענירין פֿון ייִדישע ביכער און פּעריאָדיק אין דער ליטווישער מלוכישער ביבליאָטעק. פֿירע האָט געשפּילט אַן ערשטראַנגיקע ראָלע אין דער רעטונג פֿון ייִדישע פּובליקאַציעס און דאָקומענטן, אַרײַנגערעכנט אַ היפּשן טייל פֿון די ייִוואָ־אוצרות, וואָס די דײַטשע אָקופּאַנטן, און נאָך זיי — די סאָוועטישע מאַכט, האָבן אַלץ געטאָן זיי צו צעראַבירן און צעשטערן. זי האָט אויך אָן אַ שיעור געהאָלפֿן פֿאָרשערס און לערנערס וואָס האָבן באַדאַרפֿט אָנקומען צו די דאָזיקע מאַטעריאַלן ווען מע האָט שוין ביסלעכווײַז געקענט צו זיי צוטרעטן.
זינט אָנהייב נײַנציקער יאָרן איז פֿירע בראַמסאָן, אין זכות פֿון איר אומדערמידלעכער אַרבעט, געוואָרן אַ באַקאַנטע און באַליבטע פּערזענלעכקייט אין די ייִדישע וויסנשאַפֿטלעכע קרײַזן איבער דער וועלט. אין ניו־יאָרק און אין פּאַריז, אין אַמסטערדאַם, פּאָטסדאַם, טריר, דיסלדאָרף און מסתּמא אין נאָך אַ ריי ערטער (און אין ווילנע גופֿא, פֿאַרשטייט זיך), אויף פֿאָרשערס־צוזאַמענפֿאָרן און אינטערנאַציאָנאַלע סעמינאַרן צי קולטור־אונטערנעמונגען, איז זי אַרויסגעטראָטן מיט רעפֿעראַטן איבער דער געשיכטע און קעגנוואַרט פֿון דער ייִדישער קולטור אין דער ליטע. כאָטש זי האָט באַהערשט ליטוויש, רוסיש, דײַטש און פּויליש — איז זי צום מערסטנס אַרויסגעטראָטן דווקא אויף ייִדיש. ביז אין טיפֿן עלטער האָבן נאָך אין איר מאַמע־לשון אָפּגעקלונגען אַלע טעמען פֿונעם לעבעדיקן, צאַפּלענדיקן און צו מאָל שטיפֿערישן ריידשטייגער פֿון דער צווישן־מלחמהדיקער ייִדישער יוגנט. אין 2009 האָט די ליטווישע מלוכה־ביבליאָטעק, צו פֿירעס 85סטן יוביליי, באַשלאָסן אַרויסצוגעבן אויף ליטוויש אַ באַנד מיט אירע אַרטיקלען און רעפֿעראַטן. אָבער די מחברטע אַליין האָט זיך אײַנגעשפּאַרט, אַז דאָס בוך זאָל זײַן צוויישפּראַכיק, און זי האָט אויסגעפֿירט. אַזוי אַרום איז געבליבן אויך אויף ייִדיש די אײַנזאַמלונג פֿון אירע אַרבעטן, אונטערן טיטל „בײַם אוצר פֿון ייִדיש — Prie Judaikos Lobio“.
פֿירע בראַמסאָן איז געבוירן געוואָרן אין קאָוונע. פֿון טאַטנס צד האָט זי געשטאַמט פֿון אַ משפּחה וואָס האָט זינט דורות געהערט צו די אינטעלעקטועלע און געזעלשאַפֿטלעך־אַקטיווע כּוחות פֿון דער ייִדישער קהילה. איר פֿאָטער טובֿיה (אויף רוסיש — טימאָפֿיי) האָט שטודירט מאַטעמאַטיק אין פּעטערבורג, געווען אַ מענטש מיט אַ ברייטער קולטור און הויכע אינטעלעקטועלע פֿאָדערונגען. איינער פֿון די פֿעטערס, לעאָן בראַמסאָן (1869–1941), איז געווען אַ דעפּוטאַט אין דער דומע; איינער פֿון די גרינדערס פֿונעם וועלט־פֿאַרבאַנד „אָרט“, און דער פֿאָרזיצער פֿון „אָרט“ אין פֿראַנקרײַך. פֿירעס מוטער, לאה מאַנע, האָט געשטאַמט פֿון ווײַסרוסלאַנד און איז געווען אַן אַקושערקע.
אירע לימודים האָט פֿירע דורכגעמאַכט אין דער קאָוונער ייִדישער שלום־עליכם גימנאַזיע, וואָס זי האָט געענדיקט אין יוני 1941. דער פּלאַן איז געווען אַז די יונגע אַביטוריענטין זאָל אַוועקפֿאָרן קיין לענינגראַד, דאָרטן צו שטודירן ביאָלאָגיע. דער נאַצישער אָנפֿאַל אויפֿן ראַטן־פֿאַרבאַנד, ממש אין דער זעלבער דאַטע, האָט אָבער טראַגיש געענדערט אַלע פּלענער.
נאָך פּײַנלעכע וואַנדערונגען מיט אַנדערע פּליטים איז זי פֿאַרוואָרפֿן געוואָרן קיין אַלמאַ־אַטאַ (קאַזאַכסטאַן), וווּ זי האָט אַ דאַנק אירע שפּראַך־קענטענישן געקראָגן אַ שטעלע אין געריכט.
נאָך דער מלחמה האָט זיך פֿירע צוריקגעקערט קיין ליטע. איר גאַנצע משפּחה האָבן די נאַציס געהאַט אומגעברענגט. זי האָט געקראָגן אַרבעט אין די ווילנער געריכט־אינסטאַנצן און גלײַכצײַטיק שטודירט אויך יורי אויפֿן ווילנער אוניווערסיטעט.
ערשט אין די פּערעסטרויקע־צײַטן האָט פֿירע בראַמסאָן געקענט באַנײַען איר בונד מיט דער ייִדישער קולטור, ווען מע האָט זי פֿאַרבעטן מיטצואַרבעטן אין „ביכער־פּאַלאַץ“ (שפּעטער — מלוכה־ביבליאָטעק אין דער אומאָפּהענגיקער ליטע) מיט דער שליחות זיך אָפּצוגעבן מיט ייִדישע ביכער, פּעריאָדיק און דאָקומענטאַציע — אַ שליחות וואָס זי האָט אין משך פֿון צוואַנציק יאָר ווירדיק און געטרײַ אויסגעפֿירט.
מיט פֿירע בראַמסאָנען גייט אַוועק פֿון דער וועלט אַ מענטש וואָס האָט פֿיל געהאָלפֿן בײַם אָפּגעפֿינען און ראַטעווען גאַנצע שטיקער פֿונעם ייִדישן קולטור־פֿאַרמעגן אין דער ליטע, אַ ירושה פֿון יאָרהונדערטער וואָס איז שוין געווען אַזוי גוט ווי פֿאַרפֿאַלן נאָך ביידע צעשטערונגען — אונטער די נאַציס און אונטער די סאָוועטן. עס איז די רייד נישט נאָר וועגן צעפּלינדערט ייִוואָ־פֿאַרמעגן. אַנדערע אוצרות מיט דאָקומענטן און ספֿרים, און דערצו גאַנצע גענג זעלטענע צײַטשריפֿטן, זענען הײַנט פֿאַראַן און זענען צוטריטלעך אַ דאַנק איר אַנטשלאָסנקייט און געדולדיקער ביבליאָגראַפֿישער אַרבעט. זי איז אַחוץ דעם געווען אַ לעצטער אויפֿשפּראָץ פֿון דער פֿאַרמלחמהדיקער ליטוויש־ייִדישער אינטעליגענץ, וואָס איר גײַסט איז באַשטאַנען פֿון הומאַניזם און אַרבעט לטובֿת־הכּלל, קענטעניש פֿון וועלטשפּראַכן און קולטורן צוזאַמען מיט געטרײַשאַפֿט צו ייִדיש מאַמע־לשון, וועלטלעכקייט צוזאַמען מיט מוטיקער און ווירדיקער צוגעבונדנקייט צום ייִדישן פֿאָלק.
די ייִדישע ווילנע און די ייִדיש־וועלט וועלן מיט דאַנקשאַפֿט זי טראָגן אין זייער זכּרון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.