דעם 3טן יוני איז געשטאָרבן דער באַרימטער אַמעריקאַנער באָקסער מוהאַמעד אַלי. הגם די דאָקטוירים האָבן שוין אין 1984 באַשטעטיקט, אַז ער לײַדט פֿון דער פּאַרקינסאָן־מחלה, האָט זײַן פּראָפֿעסיאָנעלע קאַריערע זיך פֿאַרענדיקט נאָך פֿריִער, אין 1980. זינט דעמאָלט איז ער געבליבן באַקאַנט ווי אַ מוסולמענישער אַקטיוויסט און אַ געוועזענער וועלט־טשעמפּיאָן.
אין דער ייִדישער פּרעסע, האָבן די זשורנאַליסטן אָפֿט דערמאָנט צוויי מאָמענטן פֿון מוהאַמעד אַליס לעבן. אין זײַן יוגנט, האָט ער אויסגעדריקט צומאָל בפֿירוש אַנטיסעמיטישע דעות. אינעם יאָר 2012, איז ער אָבער געקומען מיט פֿאַרגעניגן אויף זײַן אייניקלס בר־מיצווה. די רעכט־געשטימטע צײַטונגען האָבן אונטערגעשטראָכן דעם ערשטן מאָמענט, און די מער ליבעראַלע — דעם צווייטן. אויף אַליס לוויה האָט זיך אַפֿילו באַטייליקט דער באַקאַנטער ראַבינער און פּראָגרעסיווער פּאָליטישער אַקטיוויסט — מײַקל לערנער.
אין דער מוסולמענישער פּרעסע האָבן זיך אויך באַוויזן אַ סך אַרטיקלען וועגן דעם פֿאַרשטאָרבענעם ספּאָרטלער. כּדי אונטערצושטרײַכן זײַן שײַכות צו איסלאַם, פֿאַרגעסן אָבער די מחברים צו דערמאָנען, אַז מוהאַמעד אַליס גײַסטיקע זוכענישן האָבן זיך אָנגעהויבן מיט אַ בפֿירוש אומאָרטאָדאָקסישער באַוועגונג מיט אַ טיפּיש אַמעריקאַנער טעם.
דער יונגער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער קאַסיוס מאַרסעלוס קליי, אַ געבוירענער אינעם יאָר 1942 אין אַ באַפּטיסטישער משפּחה, איז צוגעצויגן געוואָרן צו דער „נאַציע פֿון איסלאַם‟ אונטער דער השפּעה פֿון מאַלקאָם עקס און עלײַדזשאַ מוהאַמעד, צוויי פּראָמינענטע גרופּע־אַקטיוויסטן; ביידע האָבן אויך געשטאַמט פֿון באַפּטיסטישע משפּחות. זײַענדיק דעמאָלט שוין אַ באַרימטער באָקסער, האָט ער, ווי אַ נײַער מוסולמענער, אין 1964 אויסגעקליבן דעם סטערעאָטיפּישן „בעל־תּשובֿישן‟ נאָמען מוהאַמעד אַלי.
די אָריגינעלע געדאַנקען פֿון די „שוואַרצע מוסולמענער‟ ווערן באַטראַכט אין דער טראַדיציאָנעלער מוסולמענישער וועלט ווי אויסטערלישע, אויב נישט אַפּיקורסישע. די אייגנאַרטיקע אַפֿראָ־אַמעריקאַנער פּראָטעסט־באַוועגונג האָט לכתּחילה דערקלערט, אַז די עכטע מענטשן זענען שוואַרץ־הויטיקע, און אַז די אַנדערע ראַסעס האָבן זיך באַוויזן ווי אַ סכּנותדיקע מוטאַציע. יעקבֿ אָבֿינו האָט כּלומערשט געשאַפֿן די ווײַסע ראַסע בעת זײַנע גענעטישע עקספּערימענטן אויפֿן גריכישן אינדזל פּאַטמאָס.
ס׳איז גרינג זיך פֿאָרצושטעלן, ווי אַזוי אַזעלכע געדאַנקען קאָנען צופֿירן צו אַנטיסעמיטיזם. זיי שמעקן אָבער מיטן „ניו־איידזש‟ השׂגות און קומען אין סתּירה מיט דער מוסולמענישער אמונה, אַז יעקבֿ אָבֿינו איז געווען אַ גרויסער צדיק און אַ נבֿיא. דערצו, איז דער גרינדער פֿון דער מוסולמענישער רעליגיע דאָך געווען אַן אַראַבער און נישט קיין אַפֿריקאַנער. צווישן אַנדערע אויסטערלישע געדאַנקען, האָבן די גרינדער פֿון דער באַוועגונג אײַנגעפֿירט די אמונה אין „פֿליִענדיקע טעלערס‟ — אַז אַ ריזיקע קאָסמישע שיף וועט כּלומרשט אָנקומען פֿון אַן אַנדער פּלאַנעט און צעשטערן די „פֿאַרשאָלטענע אַמעריקע‟.
דרו בונדיני בראַון, איינער פֿון אַליס וויכטיקסטע „רביים‟ אין דער קונסט פֿון באָקס־פֿאַרמעסטן, האָט חתונה געהאַט מיט אַ רוסיש־ייִדיש מיידל — אַ זעלטנקייט אין די ראַסיסטישע 1950ער יאָרן — און האָט זיך מגייר געווען אין אַ רעפֿאָרמער שיל. אין אַמעריקע איז פֿאַראַן אַ ממשותדיקע באַוועגונג פֿון „שוואַרצע ייִדן‟ — בעצם אַן אַלטערנאַטיוו צו דער „נאַציע פֿון איסלאַם‟, אַן אַנדער בײַשפּיל פֿון טיפּיש אַמעריקאַנער גײַסטיקע זוכענישן מיט אַ האָפֿענונג צו לייזן די ראַסע־פּראָבלעמען דורך רעליגיע.
במשך פֿון די 1960ער יאָרן, האָבן אַ ריי אַפֿראָ־אַמעריקאַנער פּראָטעסט־גרופּעס אײַנגעזען, אַז די ווײַסע פּראָגרעסיווע אַקטיוויסטן, אַרײַנגערעכנט לינק־געשטימטע ייִדן, זענען זייערע ברידער אינעם קאַמף קעגן ראַסיזם. די „שוואַרצע פּאַנטערס‟ האָבן אָנגענומען דעם מאַאָיִסטישן לינקן אינטערנאַציאָנאַליזם, און אַ סך „שוואַרצע מוסולמענער‟ האָבן ביסלעכווײַז פֿאַרלאָזט די פּראָ־שוואַרצע ראַסע־טעאָריע. עלײַדזשאַ מוהאַמעדס זון, וואַריט דין מוהאַמעד, האָט געשטרעבט צו דערנענטערן די באַוועגונג צום הויפּטשטראָמיקן איסלאַם און אײַנפֿירן אַ בפֿירוש אינטערנאַציאָנאַליסטישע פּאָליטיק.
אינעם יאָר 1975 האָט אַלי באַשלאָסן צו ווערן אַ הויפּטשטראָמיקער מוסולמענער. ס׳זעט אויס, אַז זינט דעמאָלט האָט מען פֿון אים דווקא נישט געהערט קיין עכטע אַנטיסעמיטישע אַרויסזאָגונגען. הגם ער האָט שפּעטער איבערגעטריבן אַ פּאָר מאָל די מאָס מיטן זאָגן, אַז „די ציוניסטן קאָנטראָלירן אַמעריקע‟, שיידן זיך נישט די דאָזיקע ווערטער אונטער פֿון זײַנע אַנדערע גרעבלעכע כוליגאַנישע אויסדרוקן לגבי זײַנע באָקס־אָפּאָנענטן און אַנדערע מענטשן. סוף־כּל־סוף, בלײַבט אַלי באַרימט, דער עיקר, ווי דער וועלט־טשעמפּיאָן אין באָקס, נישט ווי אַן אינטעליגענט צי אַ מומחה אין פּאָליטיק.
ווי אַן אַקטיוויסט, בלײַבט ער צום מערסטן באַקאַנט ווי אַ קעגנער פֿון דער וויעטנאַמער מלחמה. אַלי האָט זיך בפֿרהסיא אָפּגעזאָגט פֿונעם פּריזיוו און באַטאָנט, אַז ווי אַ מוסולמענער טאָר ער זיך נישט באַטייליקן אין אַ פֿרעמדער מלחמה קעגן די וויעטנאַמער, וועלכע האָבן אים נישט געטאָן קיין שלעכטס. צוליב דעם אָפּזאָג, איז ער באַשולדיקט געוואָרן אין אַן ערנסט פֿאַרברעכן און במשך פֿון פֿיר יאָר דיסקוואַליציפֿט געוואָרן ווי אַ באָקסער.
פֿון דער צווייטער זײַט, האָט זיך אַלי, צוליב זײַן אָפּזאָג, קונה־שם געווען אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד ווי אַ העלד פֿונעם אַמעריקאַנער שלום־אַקטיוויזם. ווען אין 1978 האָט מאָסקווע זיך אָנגעהויבן גרייטן צו דער זומער־אָלימפּיאַדע פֿון 1980, האָט די סאָוועטישע רעגירונג פֿאַרבעטן דעם באַרימטן באָקסער ווי אַ חשובֿן גאַסט.
אין מאָסקווע האָט אַלי זיך געטראָפֿן מיט אַ צאָל סאָוועטישע ספּאָרט־קאָלעגן און אַנדערע באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן. דערנאָך, צוזאַמען מיט זײַן דריטער פֿרוי, וועראָניקאַ פּאָרש, האָט ער זיך געלאָזט קיין אוזבעקיסטאַן, כּדי צו באַזוכן די אוראַלטע צענטראַל־אַזיאַטישע מוסולמענישע צענטערס: טאַשקענט און סאַמאַרקאַנד.
דער באָקסער איז נתפּעל געוואָרן פֿונעם וויזיט. בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ, האָט ער איבערגעגעבן, אַז כּלערליי ראַסעס און עטנישע גרופּעס לעבן צוזאַמען אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ „פֿרומע ייִדן דאַוונען אין שילן, און די מוסולמענער — אין מעטשעטן‟. הגם די דאָזיקע ווערטער קלינגען גוזמאדיק, איז עס אמת, אַז דווקא אין אוזבעקיסטאַן האָט די סאָוועטישע מאַכט אַ סך ווייניקער גערודפֿט די גלייביקע מענטשן, בפֿרט בעת דער מעסיקער ברעזשנעווס תּקופֿה. אין טאַשקענט און סאַמאַרקאַנד האָבן אַ סך ייִדן געפֿירט אָפֿענערהייט אַ פֿרום לעבן, און די אָרטיקע מוסולמענער האָבן זיך צו זיי ברידערלעך באַצויגן.
עס וואָלט געווען אינטערעסאַנט אויסצופֿאָרשן, צי די באַגעגעניש מיט די פֿרײַנדלעכע אוזבעקן און טאַדזשיקן האָט טאַקע משפּיע געווען אויפֿן טשעמפּיאָן. ס׳איז אָבער יאָ קלאָר, אַז אין אוזבעקיסטאַן געדענקט מען זײַן באַזוך ווי אַ היסטאָריש געשעעניש. נאָך זײַן טויט, האָט זיך די אינטערנעץ אָנגעפֿילט מיט בילדער פֿון אַליס נסיעה איבערן סאָוועטישן אוזבעקיסטאַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.