ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

Peter Haskin

פֿון שרה זילבערמאַן

Published June 15, 2016, issue of June 25, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

טױזנטער אין מדינת ישׂראל פּראָטעסטירן לײַפֿער־משפּט

דערװײַל האָבן העכער 3,500 אױסטראַלישע ייִדן אונטערגעשריבן אַ פּעטיציע װאָס באַקלאָגט זיך אױפֿן באַשלוס פֿון ישׂראלדיקע געריכטן נישט אומצוקערן רביצין מלכּה לײַפֿער קײן אױסטראַליע. אַ צװײטע פּעטיציע פֿאָדערט אַז זי זאָל מוזן זײַן אין אַ שפּיטאָל פֿאַר גײַסטיק־קראַנקע ביז זי איז גרײט געמשפּט צו װערן אין אױסטראַליע. די צװײטע פּעטיציע דערמאָנט אױך אַז דער שם פֿון מדינת־ישׂראל צװישן ציװיליזירטע לענדער װערט געשענדט צוליב דעם נײַעם באַשלוס פֿון אַ ירושלימער געריכט צו באַפֿרײַען לײַפֿערן פֿון הױז־אַרעסט.

מלכּה לײַפֿער איז געלאַדן געװאָרן אין מעלבורנער ציװילע און קרימינעלע געריכטן װײַל זי װערט באַשולדיקט אין באַגײן 74 פֿאַלן פֿון סעקסועלע מיסבררױכן קעגן קינדער אײדער זי איז אַנטלאָפֿן פֿון אױסטראַליע קײן ישׂראל אין מיטן דער נאַכט אין 2008. דער ישׂראלדיקער ריכטער אמנון כּהן האָט איצט געמשפּט אַז לײַפֿערס עמאָציאָנעלער צושטאַנד איז אַזאַ אַז זי טאָר נישט װערן געשיקט קײן אױסטראַליע און אַז זי דאַרף מער נישט זײַן אונטער הױז־אַרעסט. ער האָט אױך באַטאָנט אַז קײן לעגאַלער אַפּיל איז נישט מעגלעך אין דעם פֿאַל.

אױסטראַליעס אַמבאַסאַדאָר, דײװ שאַרמאַ, האָט געמאָלדן פֿאַר זשורנאַליסטן אַז די אױסטראַלישע רעגירונג װעט װײַטער אַרבעטן צו זען אַז לײַפֿער זאָל יאָ געמשפּט װערן אין אױסטראַליע. ער פֿירט דיסקוסיעס מיטן ישׂראלדיקן יוסטיץ־מיניסטעריום און מיט לאָקאַלע קטיגורס.

שנה אַהרונסאָן, רעדנדיק אין נאָמען פֿון דער אָרגאָניזאַציע „ייִדישע קהילה־װאַך“, האָט אױסגעדריקט איר אַנטױשונג אינעם משפּט „סײַ פֿאַר די געליטענע, סײַ פֿאַר ישׂראלס סיסטעם פֿון יוריספּרודענץ“. זי זאָגט אַז זי האָט מורא אַז דער משפּט װעט זײַן אַ פּרעצעדענט װאָס װעט אױסגענוצט װערן נישט צו דערלױבן אַנדערע פֿאַרדעכטיקטע אַרױסגעשיקט צו װערן פֿון מדינת־ישׂראל כּדי זײ זאָלן געמשפּט װערן אין די לענדער װוּ די מיסברױכן אין װעלכע זײ װערן באַשולדיקט האָבן געדאַרפֿט פֿאָרקומען.

מעני װעקס, אײנער פֿון די מיט־גרינדערס פֿון דער אױסטראַלישער אָרגאָניזאַציע „צדק“, װאָס רעדט אין נאָמען פֿון די געליטענע ייִדישע מײדלעך, האָט אױסגעדריקט זײַן זאָרג פֿאַרן װױלזײַן פֿון יונגע מײדלעך אין ישׂראל נאָך דעם װי מלכּה לײַפֿער איז באַפֿרײַט געװאָרן פֿון הױז־אַרעסט. ער האָט אױך באַטאָנט אַז די אױסטראַלישע געליטענע לײַדן טאָפּלט װײַל לײַפֿער װעט נישט געמשפּט װערן אין אױסטראַליע. דערצו האָט ער אונטערגעשטראָכן אַז אױב רביצין לײַפֿער איז צו קראַנק געמשפּט צו װערן אין אױסטראַליע, דאַרף זי זײַן אין אַ שפּיטאָל פֿאַר גײַסטיק־קראַנקע ביז זי װעט געהײלט װערן.

דערװײַל האַלט די ישׂראלדיקע רעגירונג מלכּה לײַפֿערס פּאַס, אָבער עס זײַנען שױן פֿאָרגעקומען פֿאַלן װען ישׂראלדיקע בירגער האָבן פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד אָן אַ פּאַס.


אַ מיליטערישער רעהאַביליטאַציע־צענטער אין אָנדענק פֿון אַן אומגעקומענעם ייִדישן סאָלדאַט

דער אױסטראַלישער ייִדישער סאָלדאַט גרעג שער איז געבױרן געװאָרן אין דרום־אַפֿריקע און איז אומגעקומען אין אַפֿגאַניסטאַן אין 2009. די װאָך איז דער „גרעגאָרי שער אינטעגראַציע און הײלונג־צענטער״ אָפֿיציעל געעפֿנט געװאָרן אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט פּאַרקװיל, צװישן פֿיל ספּעציאַליזירטע שפּיטאָלן און מעדיצינישע צענטערס. דער נײַער צענטער איז אײנער פֿון אַ רײ ענלעכע צענטערס פֿאַר די אַן ערך 4,000 אױסטראַלישע סאָלדאַטן װעלכע קערן זיך אום פֿון מיליטערישער דינסט אין אױסלאַנד יאָר יערלעך. ער איז אָפֿיציעל אַנטהילט געװאָרן פֿונעם גאַװערנאָר גענעראַל פֿון אױסטראַליע, װאָס האָט פֿריער געדינט װי אַ גענעראַל אינעם אױסטראַלישן מיליטער.

דער צענטער דאַרף העלפֿן מיליטערישע װעטעראַנען װידער צוצוגעװױנען זיך צום ציװילן לעבן אין אױסטראַליע. זײ װעלן געהאָלפֿן װערן מיט זײערע פֿיזישע און גײַסטיקע מניעות, מיט אָנהײבן נײַע קאַריערעס און מיט פֿאַרבינדן זיך אױף ס’נײַ מיט משפּחה און פֿרײַנד.

גרעג שערס עלטערן, װעלכע זײַנען בײַגעװען אױף דער גרױסער דערעפֿענונג פֿונעם מעלבורנער צענטער, האָבן געזאָגט אַז דאָס װאָס דער צענטער װעט טראָגן זײער זונס נאָמען איז די גרעסטע מתּנה סײַ פֿאַר גרעג, סײַ פֿאַר דער משפּחה זײַנער.


ייִדן שטימען װעגן שטיצערס פֿונעם אַנטי־ישׂראלדיקן בױקאָט

די אױסטראַלישע װאָכנשריפֿט Australian Jewish News האָט פֿאַרעפֿנטלעכט די רעזולטאַטן פֿון אַן אױספֿאָרשונג צװישן אירע לײענערס, פֿרעגנדיק צי די אונטערשטיצערס פֿונעם אַנטי־ישׂראלדיקן בױקאָט זאָלן מעגן אָנטײלנעמען אין ייִדישע אונטערנעמונגען. די אױספֿאָרשונג איז געקומען נאָך דעם װי די אָרגאָניזאַטאָרן פֿונעם הײַ־יאָריקן „לימוד אָז“ האָבן באַשלאָסן נישט צו דערלױבן אַז אַ פּאַלעסטינער אונטערשטיצער פֿונעם בױקאָט זאָל אָנטײלנעמען אינעם הײַ־יאָריקן מעלבורנער „לימוד“. לױט דער אױספֿאָרשונג, האָבן 60% געענטפֿערט אַז אונטערשטיצערס פֿונעם בויקאָט זאָלן יאָ מעגן אָנטײלנעמען אין ייִדישע אונטערנעמונגען. 40% האָבן געענטפֿערט אױף נײן.