די ייִדיש־ליגע מיטן פֿאַרלאַג פֿון אינדיאַנער אוניווערסיטעט האָבן איצט אַרויסגעגעבן דאָס „אַרומנעמיקע ענגליש־ייִדישע ווערטערבוך‟ — אַ ריזיק ווערק פֿון איבער אַכט הונדערט זײַטן, וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר דעם „מאַגנום אָפּוס‟, דאָס מײַסטערווערק פֿון ד״ר מרדכי שעכטער ע”ה.
אַ גאַנץ לעבן האָט ד״ר שעכטער געזאַמלט ייִדישע ווערטער. ער האָט כּסדר געלייענט די ייִדישע ליטעראַטור און פּרעסע פֿון איבער דער גאַנצער וועלט — מיט אַ פּען אין דער האַנט, זוכנדיק נאָך ווערטער. אין די 1980ער יאָרן, ווען זײַן קאַרטאָטעק האָט שוין פֿאַרנומען היפּשע טיילן פֿון זײַן שטוב, האָט ער געשאַצט, אַז עס נעמט אַרײַן איבער 350,000 קאַרטלעך און צעטעלעך מיט העכער אַ מיליאָן ווערטער, אויסדרוקן און אַנדערע באַמערקונגען. די קאַרטאָטעק איז אַזוי זיך צעוואַקסן, אַז שעכטערס אייניקלעך האָבן געקענט זיך באַהאַלטן הינטער די קעסטלעך מיט קאַרטלעך, ווען זיי האָבן זיך געשפּילט אין באַהעלטערלעך (hide-and-seek).
זײַן וויזיע איז געווען מיט דער צײַט צונויפֿצוגיסן אַלע טערמינאָלאָגיעס, וואָס ער האָט אָנגעזאַמלט, כּדי צונויפֿצושטעלן אַ „ווערטערבוך פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט‟, ווי אַ צוגאָב צו אוריאל ווײַנרײַכס ענגליש־ייִדיש ייִדיש־ענגלישן ווערטערבוך. ווײַנרײַכס ווערטערבוך איז שוין געוואָרן פֿאַרעלטערט: ס׳איז אַרויס אין 1968, מיט כּמעט פֿופֿציק יאָר צוריק, און פֿאַקטיש האָט ווײַנרײַך עס צונויפֿגעשטעלט נאָך אין זײַנע סטודענטישע יאָרן, אין די סוף־1940ער. ער האָט דערנאָך געדאַרפֿט וואַרטן כּמעט 20, ביז דער ייִוואָ האָט געפֿונען די פֿאָנדן, כּדי עס אַרויסצוגעבן.
כאָטש ווײַנרײַך האָט דעמאָלט צוגעגעבן אַ סך ווערטער צום מאַנוסקריפּט (מיט שעכטערס הילף), איז דאָס ווערק לכתּחילה געווען פֿאַרטראַכט ווי אַ ווערטערבוך פֿאַר סטודענטן, און דעריבער נעמט עס ניט אַרײַן אַזוי פֿיל ווערטער ווי אַלכּסנדר האַרקאַוויס ווערטערבוך פֿון 1928.
ד״ר שעכטער איז ניפֿטר געוואָרן אין 2007, ווען זײַן „ווערטערבוך פֿון 21סטן יאָרהונדערט‟ האָט נאָך געהאַלטן ווײַט, ווײַט פֿון פֿאַרענדיקט ווערן. אַזוי איז די גרויסע אַרבעט פֿון צונויפֿשטעלן און רעדאַקטירן געפֿאַלן, דער עיקר, אויף זײַן טאָכטער, גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט — די שוועסטער פֿון אונדזער שעף־רעדאַקטאָרין, שׂרה־רחל שעכטער. כאָטש ד״ר שעכטער האָט באַוויזן צו מאַכן אַלע זײַנע קינדער און אייניקלעך פֿאַר ייִדישיסטן, איז דווקא גיטל געוואָרן זײַן רעכטע האַנט אין דער לעקסיקאָגראַפֿישער אַרבעט, נאָך פֿון קינדווײַז אָן. דעריבער האָט זי געוווּסט, ווי אַזוי אַרויסצוגעבן דעם ווערטערבוך אין זײַן גײַסט און לויט זײַנע לינגוויסטישע פּרינציפּן. אין דער גרויסער אַרבעט האָבן איר געהאָלפֿן, דער עיקר: דער צווייטער הויפּט־רעדאַקטאָר, ד״ר הערשל גלעזער — שעכטערס אַ לאַנג־יאָריקער תּלמיד (און אַ „פֿאָרווערטס‟־קאָרעספּאָנדענט); און די אַסאָציִיִרטע רעדאַקטאָרין, ד״ר חוה לאַפּין.
דער עיקר פֿון שעכטערס נײַעם ווערטערבוך איז זײַן כּמות: עס איז אָן אַ שיעור גרעסער ווי אַלע אַנדערע צוויי־שפּראַכיקע ייִדישע ווערטערביכער. ווײַנרײַכס בוך פֿאַרטײַטשט אַן ערך 20,000 ווערטער; ניבאָרסקי און ווײַסבראָטס ייִדיש־פֿראַנצייזיש ווערטערבוך (און די ענגלישע איבערזעצונג געמאַכט פֿון ביינפֿעלד און באָכנער) — אַן ערך 37,000. אָבער שעכטער נעמט אַרײַן 50,000 „איינסן‟ און נאָך 33,000 „סובאיינסן‟.
דאָס וואָרט „איינסן‟ מאַסקירט דעם אמתן פֿאַרנעם פֿונעם ווערק, ווײַל אונטער יעדן „איינס‟ האָבן די רעדאַקטאָרן אַרײַנגענומען ס’רובֿ סינאָנימען און פֿראַזעאָלאָגיע פֿון נחום סטוטשקאָווס „אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟ און פֿון אַנדערע קוואַלן, אַזוי אַז פֿאַקטיש איז זייער ווערטערבוך כאָטש צוויי און אַ האַלב מאָל גרעסער ווי ניבאָרסקי און ווײַסבראָט.
איך האָב ערשט אָנגעהויבן צו שפּירן דאָס דאָזיקע כּמות מיט אַ האַלב יאָר צוריק, ווען איך האָב אויסגעבעטן בײַ די רעדאַקטאָרן אַ קאָפּיע פֿונעם כּתבֿ־יד — צוליב מײַן אייגענער פֿאָרשונג און אויך כּדי אָנצושרײַבן אַ רעצענזיע. זינט דעמאָלט איז דאָס ווערטערבוך געוואָרן מײַן „סאָבוויי־בוך‟ — מײַן לייענוואַרג בשעת איך פֿאָר מיט דער אונטערבאַן. צוליב דעם וואָס איך וווין אין די בראָנקס בײַ דער לעצטער סטאַנציע פֿון דער D־באַן (דווקא זייער נאָענט צום הויז, וווּ די שעכטערס האָבן צענדליקער יאָרן געוווינט) און עס נעמט אָפֿט אַ שעה צײַט אַרײַנצופֿאָרן אין מאַנהעטן, האָב איך דאָרט אַ סך צײַט צו לייענען. און פֿון דעסטוועגן, האָב איך אין משך פֿון אַ האַלב יאָר נאָך ניט באַוויזן צו פֿאַרענדיקן דאָס גאַנצע ווערטערבוך! איך האַלט איצט 80 זײַטן פֿונעם סוף…
אָבער אַזוי ווי דאָס בוך איז שוין אַרויס — דער פֿאַרלאַג און דער דרוקער אַרבעטן גיכער פֿון מיר — שרײַב איך אָן אַ רעצענזיע, כּדי די לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟ זאָלן וויסן, ווי כּדאַי עס איז צו האָבן בײַ זיך אין שטוב. יעדער ייִדישער שרײַבער ברעכט זיך כּסדר דעם קאָפּ זוכנדיק דאָס ריכטיקע וואָרט אויף ייִדיש, וואָס זאָל איבערגעבן אַ געוויסן באַגריף אויף ענגליש אָדער אַן אַנדער שפּראַך. פֿריִער האָב איך געדאַרפֿט נישטערן אין סטוטשקאָווס „אוצר‟ און האָפֿן, אַז איך וועל דאָרט זיך אָנשטויסן אין עפּעס פּאַסיקס. אָבער ווײַל סטוטשטאָוו גיט ניט קיין דעפֿיניציעס אָדער עקוויוואַלענטן אין אַן אַנדער שפּראַך, איז דאָס געגליכן צו טאַפּן אין דער פֿינצטער.
איצט האָב איך, סוף־כּל־סוף, וווּ צו זוכן. ווי זאָגט מען אויף ייִדיש Jack-of-all-trades? ‘האָבן גאָלדענע הענט’. The jig is up? ‘די שפּיל איז אויס’. To state the obvious? ‘רײַסן זיך אין אַן אָפֿענער טיר’. אַזעלכע פּערל געפֿינען זיך בײַ שעכטערן אין די טויזנטער, אַזוי אַז זינט איך באַניץ זיך מיט זײַן ווערטערבוך, קוק איך זעלטן נאָך ערגעץ אַנדערש — ס׳איז שוין כּמעט אַלץ דאָ בײַ אים!
בײַ אַ צווייטער געלעגנהייט וועל איך זיך מירצעשעם אַרײַנטיפֿן אין אַנדערע אַספּעקטן פֿונעם ווערטערבוך, וואָס זײַנען מיר אינטערעסאַנט. מע דאַרף, למשל, באַהאַנדלען דעם ווערטערבוך ווי אַ פֿראָנט אין שעכטערס מלחמה קעגן דײַטשמעריש: דאָס גאַנצע גרויסע ווערק נעמט אַרײַן ווייניקער ווי דרײַ הונדערט דײַטשמעריזמען, בשעת סטוטשקאָוו האָט איבער צוויי טויזנט. דער צוגאַנג צו אַמעריקאַניזמען איז אויך נאָוואַטאָריש.
עס פֿאַרשטייט זיך, אַז געוויסע לייענער וועלן האָבן טענות צו דער שעכטערישער נטיה צו שאַפֿן נײַע ווערטער אויף שריט־און־טריט. לויט מײַן באַשיידענער מיינונג, האָבן די רעדאַקטאָרן געטאָן אַן עוולה דורכן ניט־מאַרקירן די טויזנטער נעאָלאָגיזמען אינעם ווערטערבוך מיט קיין שום סימן. אָבער, ערשטנס, איז דאָס געווען שעכטערס דרך, און, צווייטנס, איז פֿאַראַן אַ לאַנגע טראַדיציע אין דער ייִדישער לעקסיקאָגראַפֿיע פֿון שטילערהייט אײַנפֿירן נעאָלאָגיזמען: שוין הונדערט יאָר דרוקן מיר, קריטיקער, די זעלבע טענה!
לויט אַ גיכן „אַנאַליז‟ פֿון בלויז איין זײַט פֿונעם ווערטערבוך, שאַץ איך אָפּ, אַז בלויז 7% פֿונעם ווערטער־אוצר באַשטייט דאָרט פֿון נעאָלאָגיזמען. דאָס איז מסתּמא אַ גרעסערער פּראָצענט ווי אין אַלע פֿריִערדיקע ווערטערביכער, און בײַם בלעטערן די זײַטן וואַרפֿן זיי זיך טאַקע אין די אויגן. אָבער מע דאַרף האַלטן אין זינען, אַז דער רובֿ־מנין־ורובֿ־בנין באַשטייט פֿון אַלטע ווערטער און אויסדרוקן, וואָס זײַנען כּשר לכל־הדעות.
דערצו זײַנען אַ סך פֿון די נעאָלאָגיזמען דווקא געראָטענע, געשאַפֿן מיט חן און חכמה (און אָפֿט מיט אַליטעראַציע). דאַרף מען וויסן אָפּצושאַצן די גרויסע שעפֿערישע, אַפֿילו קינסטלערישע אַרבעט, וואָס שעכטער און די רעדאַקטאָרן האָבן אַרײַנגעלייגט אין דעם ווערק. עס קומט זיי אַלע אַ גרויסער יישר־כּוח פֿון אַזאַ פֿאַרנעם, אַז עס לאָזט זיך ניט אויסדריקן אין ווערטער.
אַ דאַנק אײַך פֿון אונדזער גאַנצער ייִדיש־וועלט! און ספּעציעל פֿון אונדזער קליינעם שבֿט ייִדישע שרײַבער! אַ דאַנק אײַך, איז אונדזער אַרבעט געוואָרן אַ סך גרינגער און (לאָמיר האָפֿן, כאָטש אַ ביסל) בעסער. כּדי די לייענער זאָלן אַליין קענען אָפּשאַצן דאָס דאָזיקע מײַסטערווערק, דאַרפֿן זיי קודם עס זען מיט די אייגענע אויגן. איר קענט עס קריגן דאָ: //www.leagueforyiddish.org/verterbukh.html
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.