אַן אינטערעסאַנטער דאָקומענטאַר־פֿילם פֿאָרשט אויס ווי אַזוי די יונגע טערקישע ייִדן באַציִען זיך צו דזשודעזמאָ, די ספֿרדישע שפּראַך פֿון זייערע אָבֿות.
אינעם פֿילם „די לעצטע ווערטער‟, רעדן די רעזשיסאָרן, ריטע ענדער און יאָרגאָ דעמיר מיט 19 טערקישע ייִדן אין עלטער פֿון 25 ביז 35 יאָר וועגן די ווערטער און אויסדרוקן אויף דזשודעזמאָ וואָס זיי קענען, און וועגן זייערע געפֿילן איבער דעם, וואָס די שפּראַך שטאַרבט אויס אין זייער קהילה. די יונגע טערקישע ייִדן מיט וועמען די רעזשיסאָרן האָבן גערעדט זענען צום־מערסטנס גלײַכגילטיק וואָס שייך דער צוקונפֿט פֿון דזשודעזמאָ. ס׳רובֿ האַלטן אַז ס׳איז „נאַטירלעך‟ אַז די שפּראַך זאָל אויסשטאַרבן און האַלטן ניט, אַז זי פֿאַרמאָגט עפּעס אַ קולטורעלן ווערט אַחוץ נאָסטאַלגיע. דערצו מיינען זיי, אַז ס׳איז ניט זייער שולד וואָס די שפּראַך גייט אויס, נאָר דער שולד פֿון זייערע עלטערן און זיידע־באָבעס וואָס האָבן ניט איבערגעגעבן די שפּראַך פֿון דור צו דור. וועגן דעם פֿילן זיי זיך ניט קיין כּעס אָדער חרטה, פֿאַרקערט: ס׳איז זיי וויכטיקער, אַז די טערקישע ייִדן זאָלן קענען פּערפֿעקט די טערקישע שפּראַך איידער די שפּראַך וואָס האָט דעפֿינירט זייער קולטור במשך פֿון מער ווי 500 יאָר.
דורך די „לעצטע ווערטער‟ וואָס די יונגע טערקישע ייִדן האָבן יאָ אײַנגעזאַפּט אין זיך, אַזעלכע זיסע פֿראַזעס ווי GrandPapa esta durmiendo (דער זיידע שלאָפֿט), komash (עסט!) און mi kerida (מײַן שאַץ), מאָלט מען אַ בילד פֿון די לעצטע רעשטלעך פֿון אַ קולטור, וואָס איז שוין כּמעט אין גאַנצן אונטערגאַנגען. אַזוי ווי בײַ ס׳רובֿ יונגע אַשכּנזישע ייִדן אין אַמעריקע, וואָס קענען אַ פּאָר צענדליק ייִדישע ווערטער אָבער פֿאַרשטייען בכלל ניט די קולטורעלע וויכטיקייט פֿון דער שפּראַך, זעט מען ווי די יונגע טערקישע ייִדן פֿאַרשטייען ניט פֿאַר וואָס מע מאַכט אַזאַ טאַראַראַם וועגן דער מוטערשפּראַך פֿון זייערע באָבע־זיידעס.
וואָס שייך אַ צווייטער גלות־שפּראַך — ייִדיש — זענען דאָ גאַנצע קהילות וואָס רעדן הײַנט מאַמע־לשון און הונדערטער יונגע־לײַט פֿון פֿאַרשידענע הינטערגרונטן מחוץ זיי וואָס שטרעבן אויפֿצוהאַלטן די שפּראַך. ס׳איז אַ גרויסער שאָד ניט בלויז פֿאַר די ספֿרדישע ייִדן, נאָר פֿאַר כּלל־ישׂראל און פֿאַר דער גאַנצער מענטשהייט, וואָס מע קען ניט זאָגן די זעלבע וועגן דזשודעזמאָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.