יעדע ייִדישע שטאָט אין מיזרח־אײראָפּע האָט געהאַט אַן אײגענעם פּנים און מהות, װאָס האָבן זיך אױסגעפֿורעמט בהדרגה אין משך פֿון עטלעכע יאָרהונדערטער.
די ערשטע װעלט־מלחמה האָט גורם געװען גרױסע צעשטערונגען, גירושים און יסורים, און חרובֿ געמאַכט דעם אַלטן שטײגער. די װעלטלעכע ייִדישע אינטעליגענץ, דאָקטױרים, אַדװאָקאַטן און זשורנאַליסטן האָבן שטאַרק משפּיע געװען אױף דעם, װי אַזױ מען האָט פֿאַרשריבן, באַזיניקט און אױסגעטײַטשט די דאָזיקע געשעענישן װי אַ טײל פֿון דער גרעסערער ייִדישער געשיכטע.
באַזונדערס בולט איז די ראָלע פֿון דער אינטעליגענץ געװען אין װילנע. שױן אין דער סאַמע ברען פֿון דער מלחמה האָט מען זיך גענומען פֿאַר זאַמלען דאָקומענטאַלע גבֿית־עדותן און באַטראַכטן די רעזולטאַטן פֿון דער מלהמה און דער דײַטשישער אָקופּאַציע פֿאַר דער צוקונפֿט פֿון װילנער ייִדן. און נאָך דער מלחמה איז פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אַ גאַנצע רײ זכרונות, היסטאָרישע פֿאָרשונגען און ליטעראַרישע װערק װעגן דער איבערגעלעבטער דערפֿאַרונג.
דאָס סאַמע װאָגיקע װערק אױף דער דאָזיקער טעמע איז געװען דער „פּנקס פֿאַר דער געשיכטע פֿון װילנע אין די יאָרן פֿון מלחמה און אָקופּאַציע‟ (1922). דאָס איז געװען אַן אױפֿטו פֿון דער ייִדישער היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישער געזעלשאַפֿט אױפֿן נאָמען פֿון ש. אַנ־סקי אונטער דער רעדאַקציע פֿון זלמן רײזען. אין זײַן הקדמה האָט רײזען אַזױ דערקלערט דעם ציל פֿונעם בוך: „װאָס װילנע האָט געבױט, איז ניט לאָקאַל, נאָר האָט אַ באַדײַטונג פֿאַר דעם גאַנצן אַלװעלטלעכן ייִדנטום. און װעט חס־וחלילה אונטערגײן דאָס, װאָס איז מיט אַזױ פֿיל מי און מסירת־נפֿש אױפֿגעבױט געװאָרן אין װילנע אין די שװערע יאָרן, װעט דאָס גאַנצע ייִדנטום לײַדן אַ שװערע אַבֿידה.”
װאָס זשע איז געװען דער אױפֿטו פֿון װילנע, װאָס רײזען האָט געהאַלטן פֿאַר אַזאַ װיכטיקע דערגרײכונג? רײזען און זײַנע קאָלעגעס האָבן באַטאָנט דעם בײַטראָג פֿון דער װילנער אינטעליגענץ אין אונטערהאַלטן די ייִדישע קולטור און דערציִונג אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע. משה שאַליט האָט געשריבן אין 1918 אין זײַן איבערזיכט פֿון יענע יאָרן אינעם צװײטן נומער „װילנער זאַמלבוך‟: „צענדליקער שולן און חדרים האָבן אָנגעװענדט אַלע כּוחות, כּדי צו געבן די קינדער ניט נאָר לימודים, נאָר אױך צו באַלײַכטן זײער פֿינצטער לעבן אין דער הײם און אױך אײַנצופֿלאַנצן אין זײ מענטשלעכע און ייִדישע אידעאַלן.‟ אַזױ אַרום האָט די מלחמה געשאַפֿן אַ פּאַסיקע געלעגנהײט פֿאַר ענדערן דעם גאַנג פֿונעם ייִדישן לעבן דורך רעפֿאָרמירן די ייִדישע דערציִונג. די רעפֿאָרמעס האָבן זיך אָנגעהױבן גלײַך נאָך דעם, װי די דײַטשן האָבן פֿאַרנומען װילנע אין סעפּטעמבער 1915. היות װי די דײַטשן האָבן פֿאַרװערט רוסיש, האָבן זײ בלית־ברירה געמוזט דערלאָזן ייִדיש װי די שפּראַך פֿון לימוד אין ייִדישע שולן.
ביז דער רוסישער רעװאָלוציע, האַלט שאַליט, „די ליטװישע ייִדן, אַזױ װי די איבעריקע ייִדן אין רוסלאַנד, האָבן תּמיד געשטרעבט צו גלײַך־ און פֿולבאַרעכטיקונג, װײַל זײ זײַנען געװען פֿאַרבונדן מיט דער גרױסער רוסלאַנד דורך טױזנטער פֿעדים און בלײַבנדיק אַלע מאָל שטאַרק קעגן דער רוסישער רעגירונג; זײַנען זײ תּמיד געװען, ניט קוקנדיק אױף די פֿאַרפֿאָלגונגען, פֿאַר דער גאַנצקײט און שטאַרקײט פֿון דער רוסלענדישער מלוכה. אַזאַ לאָקאַלער פּאַטריאָטיזם, װי דאָס איז אַלע מאָל געװען בולט קענטיק בײַ די ליטװינער, בעלאָרוסן און פּאָליאַקן, איז בײַ די ליטװישע ייִדן קײן מאָל ניט געװען.‟ די מלחמה האָט די ליטװישע ייִדן „אַ שטופּ געגעבן […] צו געבן אַ קלער װעגן דעם קומעדיקן גורל פֿון ליטע‟. אינעם נײַעם פּאָליטישן מצבֿ האָט דער באַגריף פֿון דער קולטורעל־נאַציאָנאַלער אױטאָנאָמיע באַקומען אַ גרױסן חשיבֿות. ייִדן האָבן געדאַרפֿט דערװײַזן צו זײערע שכנים אַז זײ זײַנען „הײמישע בירגער‟ אינעם לאַנד בײַגלײַך מיט די ליטװינער, בעלאָרוסן און פּאָליאַקן.
דער „פּנקס‟, דער „װילנער זאַמלבוך‟, די פֿילצאָליקע צײַטשריפֿטן און זכרונות האָבן געשאַפֿן אַ פּרטימדיק בילד פֿונעם ייִדישן לעבן בעת און נאָך דער מלחמה. בסך־הכּל האָט זיך די מאַכט אין װילנע געביטן נײַן מאָל אין משך פֿון אַכט יאָר צװישן 1914 און 1922. יעדעס מאָל האָבן די פֿאָרשטײער פֿון דער ייִדישער קהילה געדאַרפֿט פֿאַרטײדיקן אינטערעסן פֿון זײער באַפֿעלקערונג קעגן כּלערלײ מינים דיסקרימינאַציע און אומיושר. צום סוף פֿון דער מלחמה זײַנען די װילנער ייִדן געװען שטאַרק פֿאַראָרעמט און דעפּרימירט. און ניט געקוקט אױף דעם, דערקלערן די מחברים פֿון „פּנקס‟, האָבן אָט די אַלע פּורעניות פֿאַרשטאַרקט דעם נאַציאָנאַלן באַװוּסטזײַן פֿון די ייִדישע מאַסן.
די דאָזיקע אױסטײַטשונג פֿון דער מלחמה האָט דערמעגלעכט דער װילנער ייִדישער אינטעליגענץ פֿאָרצושטעלן זיך װי די מדריכים, װאָס האָבן אַרױסגעפֿירט דעם װילנער ייִדנטום אױף אַ נײַעם מאָדערנעם דרך. זײ האָבן זיך שטאָלצירט מיט דעם היסטאָרישן עבֿר פֿונעם אַלטן „ירושלים ד׳ליטא‟, אָבער אַלײן האָבן זײ געהאַט אַ קנאַפּן אינטערעס אין אָפּהיטן דעם אַלטן פֿרומען לעבנסשטײגער. זײער השׂגה פֿון ייִדישקײט איז געװען מאָדערן און װעלטלעך, ניט רעליגיעז און טראַדיציאָנעל. און אַ דאַנק זײערע באַמיִונגען האָט זיך װילנע קונה־שם געװען װי אַ צענטער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער גלות־קולטטור צװישן בײדע װעלט־מלחמות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.