אײַערע פֿרײַנד אָדער קרובֿים, וואָס פּרוּוון אײַך איבערצײַגן צו גיין אָפֿטער אין שיל, ווייסן אפֿשר וואָס זיי רעדן.
אַ נײַע שטודיע גיט אָנצוהערן, אַז מענטשן וואָס גייען רעגלמעסיק אין אַ קלויסטער אָדער שיל לעבן לענגער, איידער די וואָס גייען נישט.
אין אַן אַרטיקל פּובליקירט אינעם יוני־נומער פֿון JAMA Internal Medicine, האָבן פֿיר פֿאָרשער פֿון האַרוואַרד־אוניווערסיטעט אַנאַליזירט די אינפֿאָרמאַציע געזאַמלט פֿון 75,534 פֿרויען במשך פֿון 16 יאָר צווישן 1996 און 2012. זיי האָבן אַנטדעקט, אַז די וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין אַ קאָמונאַלן גאָטסדינסט מער ווי איין מאָל אַ וואָך האָבן, דורכשניטלעך, געליטן אויף 33% ווייניקער פֿון אַ צו־פֿריִען טויט.
בײַ די מענטשן וואָס האָבן צוויי מאָל אַ וואָך מתפּלל געווען מיט אַ גרופּע, איז די ריזיקע פֿונעם שטאַרבן צו פֿרי געווען אויף 26% ווייניקער. יענע וואָס האָבן עס געטאָן ווייניקער ווי איין מאָל אַ וואָך — 13% ווייניקער.
„רעליגיע און רוחניות זענען אפֿשר אַ נישט גענוג אָפּגעשאַצטער מיטל, וואָס דאָקטוירים וואָלטן געקאָנט אַרומרעדן מיט זייערע פּאַציענטן, אויב ס׳איז פּאַסיק,‟ האָבן די פֿאָרשער באַטאָנט. ס׳רובֿ פֿון די 75,534 פֿרויען זענען געווען קריסטן; 1,700 זענען געווען ייִדישע טעכטער.
„צוליב דער קליינער צאָל ייִדן אין דער שטוידע, וואָלט געווען שווער צו שטודירן יענע דעמאָגראַפֿיע אַליין, אין שייכות מיט די רעזולטאַטן,‟ האָט דער הויפּט־מחבר, טײַלער וואַנדערוויל, אַן עפּידעמיאָלאָגיע־פּראָפֿעסאָר אין האַרוואַרד, געזאָגט דער ייִט״אַ.
וואַנדערוויל האָט אָבער ציטירט אַ באַריכט פֿון 2007, וואָס האָט שטודירט די פֿראַגע בײַ ייִדן. די פֿאָרשונג, וואָס איז באַשטאַנען פֿון 1,811 ייִדישע מענער און פֿרויען איבער 70 יאָר אַלט, וואָס וווינען הײַנט אין מדינת־ישׂראל, איז געקומען צו אַזאַ אויספֿיר: „דאָס גיין אין שיל העלפֿט, אַ פּנים, צו פֿאַרלענגערן דאָס לעבן — צום גרויסן טייל, צוליב דער פֿונקציע פֿון דער שיל ווי אַ מיטל זיך צוצובינדן צו דער קהילה, און אפֿשר אויך ווי אַן אָפּשפּיגלונג פֿון דער באַדערפֿעניש נאָך רוחניות.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.