אַ קאָנצערט פֿון טאַלאַנטירטע מענער

A Concert Filled With Talented Men

אַ טייל פֿון די זינגער אויפֿן קאָנצערט „ייִדיש־נשמה‟
VICTOR NECHAY
אַ טייל פֿון די זינגער אויפֿן קאָנצערט „ייִדיש־נשמה‟

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published June 19, 2016, issue of June 25, 2016.

מיט אַ יאָר צוריק האָט דער ריזיקער פֿעסטיוואַל פֿון דער „פֿאָלקסבינע‟ — „קולטורפֿעסט‟ — אַרײַנגעבראַכט אַ נײַעם גײַסט אין דער וועלט פֿון ייִדישער קולטור אין ניו־יאָרק. דער אַמביציעזער פֿעסטיוואַל האָט פֿאָרגעשטעלט הונדערטער פּראָגראַמען במשך פֿון אַכט אָנגעפּאַקטע טעג, און צוגעצויגן צענדליקער טויזנטער צוקוקער.

צו יענער צײַט האָב איך געשריבן אין „פֿאָרווערטס‟ אַז דער קאָנצערט פֿון חסידישער מוזיק און חזנות — „ייִדישע נשמה‟ (Yiddish Soul), וואָס איז פֿאָרגעשטעלט געוואָרן ווי אַ טייל פֿון „סאָמער־סטיידזש‟, אַ בכּבֿודיקע קאָנצערט־סעריע אין „צענטראַל־פּאַרק‟, איז געווען אָן קיין שום ספֿק די סאַמע־וויכטיקסטע פּראָגראַם פֿונעם פֿעסטיוואַל. איך האָב געהאַלטן אַזוי, ניט בלויז ווײַל ס׳איז געווען איינע פֿון די געראָטנסטע פּראָגראַמען פֿונעם „קולטורפֿעסט‟, נאָר אויך צוליב דעם, וואָס ער האָט צוגעצויגן אַ פֿאַרשידנאַרטיקן עולם פֿון חסידים, סעקולערע ייִדן, און איבערהויפּט מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע ייִדן, וואָס קומען זיך זעלטן צונויף, בפֿרט צו הערן לידער אויף ייִדיש. איך האָב דעמאָלט געשריבן, אַז דער ספּעקטאַקל קען האָבן אַ השפּעה אויפֿן ייִדישן ייִשובֿ אין ניו־יאָרק ווי אַ מיטל מקרבֿ צו זײַן יונגע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע ייִדן צו ייִדיש — אַ שפּראַך וואָס אַ סך פֿון זיי באַטראַכטן ווי אַלטמאָדיש און אומרעלעוואַנט.

דאָס מאָל איז דער קאָנצערט, וואָס ווערט שוין אַ יערלעכע טראַדיציע, געווען נאָך וויכטיקער פֿאַר דער „פֿאָלקסבינע‟. צוליב דעם וואָס דער הײַיאָריקער פֿעסטיוואַל באַשטייט פֿון אַ סך ווייניקער פּראָגראַמען ווי פֿאַראַיאָרן און דערצו האָט ער ניט קיין ריזיקן דערעפֿענונגס־קאָנצערט, איז „ייִדישע נשמה‟ (Yiddish Soul) געווען דער הויכפּונקט און הויפּט־צוצי פֿונעם איצטיקן „קולטורפֿעסט‟.

די פּראָגראַם, אויסערגעוויינטלעך אַראַנזשירט און דיריגירט דורך אַבֿהרמי גוראַרי, מיט דער מיטהילף פֿון זלמן מלאָטעק, איז געווען אַ וווּנדער־שיינער ספּעקטאַקל, וואָס האָט צונויפֿגעשמעלצט מוזיקאַלישע וועלטן. כאָטש דער קאָנצערט האָט געדויערט דרײַ שעה, האָבן די מוזיקאַלישע צונויפֿפּאָרונגען פֿון פֿאַרשידנענע זשאַנערן בכלל ניט געקלונגען איבערגעטריבן, און דער עולם, וואָס איז געבליבן ביזן סוף, האָט, אַ פּנים, ניט געפֿילט, אַז דער קאָנצערט „שלעפּט זיך‟.

איין גרויסער חידוש פֿון דער פּראָגראַם איז געווען „די מאַקאַביטס‟, אַן אַקאַפּעלאַ־אַנסאַמבל, געגרינדעט דורך סטודענטן פֿונעם „ישיבֿה־אוניווערסיטעט‟ אין 2010, וואָס שטעלט פֿאָר אַמעריקאַנער „פּאָפּ‟־לידער מיט נײַע ווערטער וועגן דער ייִדישער טראַדיציע. איך מוז פֿון פֿריִער מודה זײַן, אַז איך בין ניט קיין אָנהענגער פֿון די „מאַקאַביטס‟; אַזאַ צוגאַנג צו כּמו־ייִדישער מוזיק געפֿעלט מיר אין גאַנצן ניט. אין אַ ספּעקטאַקל פֿון אַזעלכע באַרימטע זינגער און חזנים ווי דער ליובאַוויטשער ראָק־זינגער בני פֿרידמאַן, דער היימישער פּאָפּ־שטערן ליפּאַ שמעלצער, די „היפּסטער‟־חסידישע קאַפּעליע „זושא‟ און די אויסגעצייכנטע חזנים יאַנקי לעמער, נתנאל הערשטיק און יוסף מאַלאָוואַני, האָט דער באַשלוס אַרײַנצונעמען די יונגע גראַדואַנטן פֿון „ישיבֿה־אוניווערסיטעט‟ מיר אויסגעזען ווי סתּם אַ מיטל צוצוציִען דעם יונגן עולם. פֿון דעסטוועגן, האָט די „מאַקאַביטס‟ דווקא זיך זייער גוט אַרײַנגעפּאַסט אינעם קאָנצערט, סײַ זינגענדיק טיילן פֿון זייער אייגענעם רעפּערטואַר אויף ייִדיש, סײַ באַגלייטנדיק די אַנדערע זינגער, בפֿרט בני פֿרידמאַן.

אמת, זייער פּאַראָדיע פֿון טאַאָ קרוזס „פּאָפּ‟־ליד „דײַנאַמײַט‟, וועגן די חשמונאָים האָט געקלונגען אַ ביסל אַבסורדיש אויף ייִדיש אָבער זייער ייִדישן נוסח פֿון מוש בן אַריס „עוד יבוא שלום עלינו/ סאַלאַם‟ האָט געטראָפֿן אין פּינטל. ספּעציעל אויסגעצייכנט איז געווען דעם אַנסאַמבלס ווערסיע פֿון „הלוואי‟, אין וועלכן די „מאַקאַביטניקעס‟ האָבן געזונגען די פּאַרטיע פֿון די שוועסטער בערי, און נתנאל הערשטיק — די פּאַרטיע פֿון משה אוישער. בײַם אָנהייב האָט מען געזונגען אויף אַ געמיש פֿון ייִדיש און ענגליש ווי אינעם אָריגינאַל, אָבער דערנאָך האָט מען געזונגען נײַע ווערטער, אין וועלכן די זינגער האָבן חוזק געמאַכט פֿונעם פֿאַקט, וואָס זיי קענען ניט באמת קיין ייִדיש. אין אַן אַנדער קאָנטעקסט וואָלט אַזאַ וויץ ניט אַרויסגערופֿן קיין שמייכל, אָבער נאָכן הערן ווי די גרופּע און חזן הערטשיק האָבן פּרעכטיק פֿאָרגעשטעלט אַ ריי לידער אויף ייִדיש, האָט דער עולם זיי וואַרעם אַפּלאָדירט.

ס׳רובֿ פֿונעם עולם זענען געווען מאָרעדן־אָרטאָדאָקסישע ייִדן
VICTOR NECHAY
ס׳רובֿ פֿונעם עולם זענען געווען מאָרעדן־אָרטאָדאָקסישע ייִדן

אויך גאַנץ שטאַרק זענען געווען יוסף מאַלאָוואַניס נוסח פֿון „ר׳ מאָטעניו‟, מיט וועלכן דער עולם האָט פֿריילעך מיטגעזונגען און מיטגעפּאַטשט צום טאַקט, און „זושא‟ און ליפּאס פּרעכטיקער נוסח פֿון „טום־באַלאַלײַקע‟, מיט שיינע האַרמאָניעס, וואָס האָט באַוויזן ווי פֿעיִק די מיטגלידער פֿון „זושא‟ קענען זינגען מחוץ די ראַמען פֿון זייער געוויינטלעכן „רעגיי‟־סטיל.

איין מאָמענט האָט ספּעציעל אויסגענומען בײַם עולם: ליפּא שמעלצערס ייִדישע באַאַרבעטונג פֿון בילי דזשאָלס „פּיאַנאָ־מאַן‟. פֿאַרן זינגען האָט ליפּא זיך געוויצלט מיטן עולם אויף זײַן אוניקאַלן שטייגער. מיט אַזעלכע וויצן און זײַנע באָמבאַסטישע קאָסטיומען קען מען אַ מאָל פֿאַרגעסן אַז ער איז, קודם־כּל, אַן אויסגעצייכנטער זינגער. פֿון דער ערשטער נאָטע האָט ער ממש פֿאַרכּישופֿט דעם עולם מיט זײַן שטים. מע האָט מיטגעזונגען, געלאַכט און אַ ביסל געטאַנצט בעת ליפּא האָט פֿאָרגעשטעלט זײַן אייגענע ייִדישע וויזיע פֿון דזשאָלס שלאַגער, אין וועלכן דער באַר ווערט פֿאַרוואַנדלט אין אַ שיל, מע טרינקט קידוש־ווײַן אַנשטאָט ביר און די פּיאַנע ווערט באַטראַכט ווי, להבֿדיל, אַ שופֿר־של־משיח.

דאָס ליד קען מען באַטראַכטן ווי סימבאָליש פֿון דער „פֿאָלקסבינעס‟ און זלמן מלאָטעקס וויזיע פֿאַרן גאַנצן קאָנצערט. מע האָט געשטרעבט צו ווײַזן ייִדיש אין אַ מאָדערנעם ליכט דורכן פֿאָרשטעלן פּאָפּולערע לידער אויף מאַמע־לשון. אין דער זעלביקער צײַט, האָט מען פּרובירט צו באַקענען דעם פֿרומען ייִדיש־רעדנדיקן עולם מיט אַזעלכע קלאַסישע לידער פֿונעם ייִדישן רעפּערטואַר ווי „אַלע ברידער‟, „טומבאַלאַלײַקע‟ און „אַ חזנדל אויף שבת‟. דערצו האָט דער קאָנצערט געדינט ווי אַ בריק צווישן פֿרומע און פֿרײַע, אַן אָרט אין וועלכן, ווי דער קאָנפֿעראַנסיע, דער פּאָפּולערער פֿרומער ראַדיאָ־פּערזענלעכקייט נחום סיגעל האָט עס פֿאָרגעשטעלט, „מע קען זיך צונויפֿקומען, כּדי צו פּראַווען אונדזער שפּראַך און געשיכטע‟.

ניט געקוקט אויף דעם, וואָס דער עולם איז יאָ געווען פֿאַרשידנאַרטיק, איז עס געווען מערקווערדיק וויפֿל ווייניקער חסידים זענען געקומען אין פֿאַרגלײַך מיט פֿאַראַיאָרן. אַנשטאָט היימישע ייִדן פֿון וויליאַמסבורג אָדער מאָנסי איז דער עולם באַשטאַנען צום־מערסטנס פֿון מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע ייִדן פֿון פֿלאַטבוש, מאַנהעטן און די „פֿײַוו־טאַונס‟. אַ סך וועלטלעכע ייִדן זענען געקומען און האָבן אַוודאי הנאה געהאַט פֿון דער פּראָגראַם אָבער געוויסע האָבן פֿאָרט געהאַט טענות, ניט וועגן דער קוואַליטעט פֿון די זינגער און מוזיקער, נאָר פֿון ווער עס זענען געווען די פֿאַרווײַלער. אין מיטן ספּעקטאַקל איז איין פֿרוי אויפֿגעשטאַנען און אויסגעשריגן: „וווּ זענען די פֿרויען? פֿרויען קענען אויך שיין זינגען!‟ און האָט גלײַך פֿאַרלאָזט די אַרענע.

ס׳איז טאַקע אַן ערנסטער ענין. אַחוץ דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָרשע פֿון דער „פֿאָלקסבינע‟, ברײַנע וואַסערמאַן, האָט ניט קיין איין פֿרוי גערעדט אויף דער בינע. ניט קיין איין פֿרוי האָט געשפּילט אַן אינסטרומענט, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, אַז אַ פֿרוי זאָל האָבן געזונגען אַ ליד. אויף „פֿייסבוק‟ איז אויסגעבראָכן אַ וויכּוח איבער דעם ענין, אין וועלכן געוויסע טוער אין דער סעקולערער ייִדיש־וועלט האָבן געטענהט, אַז די „פֿאָלקסבינע‟ טאָר ניט דיסקרימינירן קעגן די פֿרויען אויף אַזאַ אופֿן נאָר כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז פֿרומע ייִדן וועלן קומען.

איך האָב אַ סך מיטגעפֿיל צו אַזעלכע טענות אָבער אינעם דאָזיקן פֿאַל בין איך ניט מסכּים מיט זיי. ווען די „פֿאָלקסבינע‟ וואָלט געמאַכט אַלע זייערע קאָנצערטן און פּיעסעס מיט בלויז מענער וואָלט איך פֿאַרשטאַנען. נאָר ס׳איז פּונקט פֿאַרקערט: בלויז איין מאָל אַ יאָר פּאַסט מען ספּעציעל צו אַ קאָנצערט, אויף וועלכן די ייִדן, וואָס וואָלטן אַנדערש ניט געקומען צוליב „קול אישה‟, קענען געניסן פֿון אַזאַ פּראָגראַם פֿון ייִדישן געזאַנג. ס׳איז כּדאַי איין מאָל אַ יאָר, ובפֿרט אַז מע קען דערפֿאַר אַרײַננעמען אַזעלכע חזנים און זינגער ווי ליפּא שמעלטער, יאַנקי לעמער, בני פֿרידמאַן וכדומה.

פֿון דער אַנדערער זײַט, וואָלט ניט געשאַט, „קולטורפֿעסט‟ זאָל מאַכן אַ צווייטן גרויסן קאָנצערט פֿון ייִדישער מוזיק, אין וועלכן עס קענען יאָ אָנטייל נעמען די אַלע טאַלאַנטירטע פֿרויען, וואָס אונדזער ייִדיש־וועלט פֿאַרמאָגט.