ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

דזשאָן קאַלדאָר
דזשאָן קאַלדאָר

פֿון שרה זילבערמאַן

Published June 20, 2016, issue of June 25, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אױסטראַלישע ייִדן באַערט פֿון דער רעגירונג

די אױסטראַלישע רעגירונג גיט אָפּ כּבֿוד צװײ מאָל אַ יאָר די פֿון אירע בירגער װעלכע האָבן באַדינט דאָס לאַנד אױף אַן אױסער־װי־געװײנטלעכן אופֿן. אײנע פֿון די געלעגנהײטן פֿאַלט אױס אינעם טאָג פֿון די אָפֿיציעלע געבורטסטאָג־פֿֿײַערונגען פֿון דער בריטישער און אױסטראַלישער קיניגין אין חודש יוני.

הײַ־יאָר זײַנען 22 אױסטראַלישע ייִדן באַערט געװאָרן. צװישן די באַערטע זײַנען פֿאַראַן אַדװאָקאַטן, ריכטער, געלט־זאַמלער, דאָקטױרים, פּראָפֿעסאָרן, געשעפֿטסלײַט, פֿילאַנטראָפּן, דערציִער, אַ מאָלער, אַ ראַבײַ, פֿרײַ־װיליקע אַרבעטער און גערענטאָלאָגן.

אײנער פֿון די באַערטע, דזשאָן קאַלדאָר, אַ קונסט־פּאַטראָן און זאַמלער צו זײַנע 80 יאָר, איז אײנער פֿון די שארית־הפּליטה. ער איז געבױרן געװאָרן אין אונגאַרן און איז אַנטלאָפֿן אין אײנעם מיט זײַנע עלטערן צו 12 יאָר. די משפּחה האָט געװױנט אַ צײַט אין פּאַריז, װוּ די מאַמע האָט גענומען דעם בחור באַזוכן דעם לוּװר־מוזעום, און קאַלדאָר האָט זיך פֿאַרליבט אין דער קונסט. מיט אַ יאָר שפּעטער האָט די משפּחה זיך באַזעצט אין סידנעי. קאַלדאָר איז געװאָרן אַ קונסט־זאַמלער צו 21 יאָר און האָט זיך מנדר געװען קונסטװערק פֿון $35 מיליאָן אױסטראַלישע דאָלאַרן די װערט צו דער קונסט־גאַלערײ פֿונעם שטאַט ניו סאַוט װײלס.


אַ כּשרע עסנס־אָפּטײלונג עפֿט זיך אין אַ קאַנבערע סופּערמאַרקעט

די „קאַנבערע סיװיק קאָלס סופּערמאַרקעט״ אין דער אױסטראַלישער הױפּט־שטאָט, װאָס האָט זיך לעצטנס רעמאָנטירט, האָט סוף־כּל־סוף אַנטהילט אַ שפּאָגל נײַע אָפּטײלונג פֿון כּשרע עסנס. די פֿירמע קאָלס, װאָס פֿירט אָן מיט סופּערמאַרקן איבער גאַנץ אױסטראַליע, זאָגט, אַז די נײַע אָפּטײלונג „שפּיגלט אָפּ די באַדערפֿענישן פֿון די קונים אין קאַנבערע”. אַ לאָקאַלער חב”ד־רבֿ האָט געלױבט קאָלס פֿאַר באַדינען „די באַדערפֿענישן פֿון אונדזער קלײנער אָבער װאַקסנדיקער קהילה”.


דאָס אױסטראַלישע ייִדנטום נעמט זיך אָן פֿאַר אָרלענדאָ

אױסטראַליש־ייִדישע אָרגאָניזאַציעס האָבן אױסגעדריקט מיטגעפֿיל פֿאַר די אומגעקומענע אין אָרלענדאָ, פֿלאָרידע, פֿאַר די פֿאַרװוּנדעטע און פֿאַר זײערע משפּחות און פֿרײַנד. דער עקזעקוטיװ־ראַט פֿון אױסטראַלישן ייִדנטום האָט אױסגעדריקט מיטגעפֿיל צו אַלע לגבט”י מענטשן אױף דער װעלט אין דער שװערער צײַט און האָט צוגעזאָגט צו „באַקעמפֿן דעם גװאַלדיקן עקסטרעמיזם כּדי אַזאַ טראַגעדיע זאָל זיך מער נישט איבערחזרן”. דער „אױסטראַליע/ישׂראל און ייִדישע ענינים ראַט״ האָט באַשריבן דעם אָנפֿאַל װי „עפּעס װאָס איז שװער אַפֿילו צו באַגרײַפֿן”. די לאָקאַלע ייִדישע לגבט”י אָרגאָניזאַציע „קשתּ אױסטראַליע“ האָט גערופֿן די װעלכע װילן אַרױסהעלפֿן די געליטענע צו געבן געלט צו דער לגבט”י באַפֿעלקערונג און צו טרײסטן מיטגלידער פֿון דער באַפֿעלקערונג. די אַנטי־דעפֿימאַציע קאָמיסיע בײַם בני־ברית אױסטראַליע האָט געטאַדלט דעם „טעראָריזם און ראַדיקאַלע אידעאָלאָגיעס“.


אַ גרינער קאַנדידאַט און די ייִדישע אָנפֿירערשאַפֿט

עס גײט איצט אָן אַ קאָמפּאַניע פֿאַר יעדן זיץ־אָרט אינעם אױסטראַלישן פֿעדעראַלן פּאַרלאַמענט. די אױסטראַליש־ייִדישע װאָכנשריפֿט Australian Jewish News און „ציוניזם װיקטאָריע״ האָבן אָרגאָניזירט אַ פּאַנעל־דיסקוסיע צװישן קאַנדידאַטן פֿון די לײבאָר, ליבעראַלע און גרין פּאַרטײען פֿאַרן זיץ־אָרט מעלבורן פּאָרטס, װוּ עס װױנט די מערהײט מעלבורנער ייִדן. מײַקל דענבי, אַ ייִד, האַלט דאָס אָרט שױן פֿיל יאָרן פֿאַר דער לײבאָר פּאַרטײ. אָװען געסט קאַנדידירט פֿאַר די ליבעראַלן און סטעפֿאַני האָדגינס־מײ איז דער קאַנדידאַט פֿון דער גרין פּאַרטײ.

אַלע דרײַ קאַנדידאַטן האָבן אָנגענומען די פֿאַרבעטונג, ביז דער קאַנדידאַט פֿון דער גרין פּאַרטײ, סטעפֿאַני האָדגינס־מײ, האָט זיך צוריקגעצױגן פֿון דער אונטערנעמונג, זאָגנדיק, אַז עס איז ניט פּאַסיק, לױט איר, „צו רעדן אױף אַן אונטערנעמונג װאָס װערט מיט־אָרגאָניזירט פֿון אַ פּאָליטיש־אַקטיװער אָרגאָניזאַציע”, טראָץ דעם װאָס אַ צװײטער קאַנדידאַט פֿון איר פּאַרטײ האָט געמאָלדן אַז ער װעט רעדן אױף אַן אונטערנעמונג װאָס װערט מיט־אָרגאָניזירט פֿון דער באָיקאָט־ישראל אָרגאָניזאַציע. זי װעט אָבער יאָ רעדן אױף אַן אונטערנעמונג װאָס װערט אָנגעפֿירט פֿונעם אױסטראַלישן פֿאַראײן פֿון ייִדישע סטודענטן, װאָס איז אַ באַשטאַנדטײל פֿון דער אָרגאָניזאַציע „ציוניזם װיקטאָריע״.

האַדגינס־מײ האָט שפּעטער געזאָגט אַז זי װעט נישט אָנטײלנעמען אין דער אונטערנעמונג פֿון דער װאָכנשריפֿט און „ציוניזם װיקטאָריע״ צוליב דער אָרגאָניזאַציעס נעגאַטיװער מײנונג װעגן די פֿאַראײניקטע פֿעלקער.

אַ רײ ייִדישע אונטערשטיצער פֿון דער גרין פּאַרטײ האָבן געזאָגט אַז זײ װעלן צוריקציען זײער אונטערשטיצונג פֿון האַדגינס־מײס קאַנדידאַטור. אַנדערע זאָגן אַז זײ װעלן זי װײַטער אונטערשטיצן.