דער זומער איז דאָ און מיט אים — פֿאַרשיידענע ייִדיש זומער־קורסן, פֿון ווילנע ביז תּל־אָבֿיבֿ, און פֿון ניו־יאָרק ביז וואַרשע.
דער וואַרשעווער ייִדיש זומער־קורס הייבט זיך אָן דעם 27סטן יוני בײַם ייִדישן קולטור־צענטער אויף דער אַנדערס־גאַס. דער קולטור־צענטער געפֿינט זיך ממש לעבן דעם ייִדישן מוזיי „פּולין‟.
די סטודענטן האָבן אַן אויסוואַל פֿון קלאַסן: ייִדיש פֿאַר אָנהייבערס, ייִדיש פֿאַר ווײַטהאַלטערס, און אפֿילו אַ ביסל ייִדישע ליטעראַטור.
וואָס נאָך? אַ טעאַטער־וואַרשטאַט מיט רפֿאל גאָלדוואַסער, און אַ כּלי־זמר וואַרשטאַט מיט דזשעף וואַרשעווער און דבֿורה שטראַוס.
ד״ר קאַראָלינאַ שימאַניאַק וועט האַלטן אַ לעקציע און טאַקע אויף ייִדיש וועגן דעם וואַרשעווער ייִדישן אַוואַנגאַרד.
הערשל גלעזער וועט זײַן אַ בכּבֿודיקער גאַסט און וועט רעדן וועגן דעם נײַעם ייִדישן ווערטערבוך און, להבֿדיל, וועט מען אויך אָפּגעבן כּבֿוד די אַמאָליקע וואַרשעווער ייִדישע אונטערוועלטניקעס. ווי אַזוי? די סטודענטן וועלן קענען אָנטיילנעמען אין אַ שפּאַציר אויף די פֿוסטריט פֿון די וואַרשעווער ייִדישע באַנדיטן.
לאָמיר אויך דערמאָנען דאָ די איבערזעצונג־וואַרשטאַטן: ייִדיש־פּויליש און ייִדיש־ענגליש.
די ייִדישע יוגנט־באַוועגונג „השומר הצעיר‟ איז געגרינדעט געוואָרן אין ווין אין יאָר 1916. אין 1935 זענען 70,000 יוגנטלעכע געווען מיטגלידער פֿון „השומר הצעיר‟.
מסתּמא איז דער באַרימטסטער מיטגליד געווען מרדכי אַנילעוויטש, וואָס איז לימים געשטאַנען בראש פֿונעם אויפֿשטאַנד אין דער וואַרשעווער געטאָ אין איינעם מיט דער רעוויזיאָניסטישער אָרגאניזאַציע אצ״י.
הייסט עס, אַז „השומר הצעיר‟ האָט געשריבן אַ העראָיִשן קאַפּיטל אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.
דערפֿאַר פֿרייען מיר זיך זייער, אַז דער אַזוי גערופֿענער „קן‟ [נעסט], אָדער „צווײַג‟ פֿון „השומר הצעיר‟ איז באַנײַט געוואָרן אין וואַרשע. די קינדער און יוגנטלעכע טרעפֿן זיך אינעם לאָקאַל פֿונעם ייִדישן צענטער אויף דער כמיעלנע־גאַס.
ייִדישע קינדער און יוגנטלעכע האָבן איצט אַ מעגלעכקײט צו ווערן מיטגלידער אין אַ יוגנט־באַוועגונג ווו די קאַטוילישע רעליגיע שפּילט נישט קײן צענטראַלע ראָלע ווי עס איז דער פֿאַל ביי די פּוילישע סקויטן.
אַגבֿ, ס’איז אַ ביסל מאָדנע וואָס אין די יערלעכע אָנדענק־אַקאַדעמיעס לעבן דעם דענקמאָל פון די געטאָ־קעמפֿערס זעט מען נישט די יונגע מיטגלידער פון „השומר הצעיר‟. רבנים און דיפּלאָמאַטן, כּלל־טוערס און כּל המינים אָנגעשטעלטע זענען דאָרט לרובֿ. די רבנים און דיפּלאָמאטן האָבן אָבער נישט געקעמפֿט אינעם ווארשעווער געטאָ־אויפֿטשאנד.
געקעמפֿט האָבן טאַקע ייִדישע יוגנטלעכע פֿון פֿאַרשיידענע יוגנט־באַוועגונגען מיטן „השומר הצעיר‟ בראש. דער בונד האָט שוין מסתּמא נישט קיין יוגנט־אָרגאַניזאַציע. „השומר הצעיר‟ האָט אָבער יאָ ממשיכים, און טאַקע דאָ, אין וואַרשע. פֿאַר וואָס זעט מען זיי נישט ביי די געטאָ אָנדענק־אַקאַדעמיעס?
דעם 16 יוני מערקן מיר אָפּ אַרטור שיקס געבוירן־טאָג. אַרטור שיק, דער גרויסער פּוילישער ייִדישער מאָלער און אילוסטראַטאָר איז געבוירן געוואָרן אין אַ רײַכער ייִדישער משפּחה אין לאָדזש אין יאָר 1894.
שיק האָט געשמט מיט זײַנע פּאָליטישע מאָלערייען. ער האָט געמאָלט מיט אַ שאַרפֿן סאַרקאַסטישן הומאָר די שרעקלעכע געשטאַלטן פֿונעם צוואָנציקסטן יאָרהונדערט, מיט מוסאָליני, היטלער און סטאַלין בראש.
שיק איז געווען אַ הייסער ווירטועלער ציוניסט. דאָס הייסט, קיין עליה האָט ער נישט געמאַכט און געלעבט האָט ער נאָכן קריג אין אַמעריקע, אָבער פֿון דעסט וועגן איז ער געווען אַ הייסער שטיצער פֿון מדינת־ישׂראל. ער האָט אַפֿילו אילוסטרירט די „מגילת העצמאות‟ — די דעקלאַראַציע פֿון דער ישׂראלדיקער אומאָפּעהענגיקײט.
זײַן טויט איז געווען מאָדנע־טרויעריק. הגם ער איז געווען אַ שטיצער פֿון די רעכטע־ציוניסטן איז ער פֿאַרהערט געוואָרן פֿון דער מאַק־קאַרטי קאָמיסיע. קורץ נאָכן פֿאַרהער איז ער געשטאָרבן פֿון אַ האַרץ־אַטאַקע אין עלטער פֿון 57 יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.