פּרשת בהעלותך, תּשע״ו

Weekly Torah Portion: Bahaaloskho, 5776

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published June 23, 2016, issue of June 25, 2016.

דער חומש „במדבר‟ איז באַקאַנט אין דער וועלט ווי „דער ספֿר פֿון חשבונות‟ אָדער אין דער ייִדישער טראַדיציע — „ספֿר פּקודים‟. די הײַנטיקע פּרשה הייבט ווידער אָן פֿון אַ פּשוטן חשבון: די זיבן ליכט פֿון דער מנורה.

דער באַשעפֿער האָט געהייסן משהן זאָגן זײַן ברודער, אַהרן הכּהן, אָנצוצונדן די מנורה אינעם משכּן אויף אַ געוויסן אופֿן, וואָס צוליב דעם טראָגט די סדרה דעם נאָמען „בהעלותך‟ — בעת דײַן אויפֿהייבן די ליכט. אַהרן האָט געדאַרפֿט פֿאַרזיכערן, אַז די פֿלאַמען ברענען ווי געהעריק און נייטיקן זיך נישט אין זײַן ווײַטערדיקער הילף. די דרײַ ליכט פֿון דער מיזרחדיקער זײַט און דרײַ אַנדערע פֿון דער מערבֿדיקער האָבן זיך גענייגט צום צענטראַלן פֿלאַם, וואָס רעפּרעזענטירט די הייליקע שכינה.

„ויעשׂ כּן אַהרן‟ – און אַזוי האָט אַהרן געטאָן, גיט די תּורה צו. דער באַקאַנטער מדרש דערקלערט, אַז דער דאָזיקער פּסוק לויבט אַהרנען פֿאַרן פֿאָלגן גענוי און נישט בײַטן משה רבינוס אינסטרוקציעס. אויפֿן ערשטן בליק, פֿרעגט זיך דאָך אַ קשיא: פֿאַרוואָס וואָלט אַזאַ מענטש, ווי משה רבינוס ברודער, זײַענדיק אויך אַ גרויסער נבֿיא און אַ געטרײַער ייִדישער מנהיג, געביטן דעם אָנזאָג פֿונעם אייבערשטן אַליין? אַוודאי האָט ער געפֿאָלגט די אינסטרוקציעס!

אויפֿן סמך פֿון אַן אייגנאַרטיקער חסידישער ווערטערשפּיל, טײַטשט דער איזשביצער רבי אײַן, אין זײַן ספֿר „מי השלוח‟, גאָר אַן אַנדער פּשט אינעם דערמאָנטן מדרש. דער פּסוק לויבט אַהרנען פֿאַר דעם, וואָס ער האָט זיך געגעבן אַן עצה, לויט די שטרענג באַשטימטע כּללים, אָנצוצינדן די מנורה אויף אַ חידושדיקן אופֿן, בזריזות און בשׂימחה. אַדרבה, ווען מע טוט אַ מיצווה אויטאָמאַטיש ווי אַ ראָבאָט, ווערט זי פֿאַררעכנט פֿאַר אַ „נבֿלה‟.

נאָך אַ שמועס וועגן דעם ריכטיקן זמן פֿונעם חג־הפּסח, אַ דערציילונג וועגן דעם געטלעכן וואָלקן, וואָס האָט באַגלייט די ייִדן בעת זייערע וואַנדערונגען אינעם מידבר, די באַקאַנטע פּסוקים „ויהי בנסוע האָרון‟, וואָס מיר זאָגן יעדעס מאָל פֿאַרן לייענען די תּורה אין שיל, און אַנדערע ענינים, שליסט זיך די פּרשה מיט אַן אַנדער מעשׂה וועגן אַהרן הכּהן, לויט וועלכער עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז אין אַן אַנדער סיטואַציע האָט ער יאָ קריטיקירט משה רבינוס פּערזענלעכן באַשלוס, וואָס דער אייבערשטער האָט פֿאַררעכנט פֿאַר אַן עבֿירה.

די תּורה דערציילט אונדז, אַז אַהרן און מרים האָבן גערעדט שלעכטס וועגן משהס חתונה מיט אַן „אשה כּושית‟ — בוכשטעבלעך, אַן עטיאָפּישע פֿרוי. הגם אַ גאַנצע ריי מפֿרשים, אָנהייבנדיק מיטן תּרגום־אונקלוס, טײַטשן אָפּ די דאָזיקע פֿראַזע שלא־כּפּשוטו, באַטאָנען אַ צאָל גרויסע קאָמענטאַטאָרן, אַז משה רבינוס פֿרוי האָט טאַקע געשטאַמט פֿון עטיאָפּיע. אַ טייל מפֿרשים לייגט אויך פֿאָר אַ פּשרה, וואָס דערמעגלעכט צו לייזן די סתּירה צווישן די קאָמענטאַרן.

למשל, דער גרויסער מקובל רבי אליעזר פֿון וואָרמס, באַקאַנט ווי דער „בעל הרוקח‟, האָט דערקלערט, אַז הגם משהס ווײַב, ציפּורה, איז געווען אַ מדינישע פֿרוי, איז זײַן מאַמע געווען אַן עטיאָפּישע, און דער אבן־עזרא מיינט, אַז הגם זי האָט געשטאַמט פֿון די מדינים, איז זי פֿאָרט געווען אַ טונקעלע ווי די עטיאָפּן.

אַזוי צי אַזוי, קלינגט די מעשׂה אויסטערליש. נאָך מרימס און אַהרנס טענה, האָט דער באַשעפֿער זיי ספּעציעל דערקלערט, ווי עס שטייט געשריבן אין דער פּרשה, אַז זייער ברודער שטייט אויף אַ העכערער מדרגה פֿון נבֿואה, דערפֿאַר טאָרן זיי נישט האָבן צו אים קיין טענות. אַוודאי, האָבן מרים און אַהרן דאָס שוין געוווּסט; משה רבינו איז דאָך געווען דער איינציקער מענטש אויף דער וועלט, וועלכן דער רבונו־של־עולם האָט געגעבן די תּורה אויפֿן באַרג סיני. און צוליב וואָס האָבן זיי בכלל קריטיקירט זייער ברודערס פּערזענלעך לעבן? משה רבינו ווייסט דאָך בעסער, מיט וועמען און פֿאַרוואָס ער האָט באַשלאָסן חתונה צו האָבן. אַפֿילו אַ פּשוטער ערנסטער מענטש, שוין אָפּגערעדט פֿון נבֿיאים, וואָלט נישט געטריבן אַזאַ מין רכילות.

דער איזשביצער רבי ענטפֿערט גאַנץ חידושדיק אויף דער דאָזיקער פּשוטער קשיא, פֿאַרבינדנדיק דעם אָנהייב פֿון אונדזער פּרשה מיטן סוף. די קלאַסישע מפֿרשים זענען מסביר, אַז די זיבן ליכט פֿון דער מנורה זענען מרמז אויף דער זון, לבֿנה און פּלאַנעטן. די מנורה רעפּרעזענטירט אָבער אויך די פֿאַרשיידנאַרטיקייט און האַרמאָניע פֿון דער מענטשלעכער נאַטור. הגם אין דער נשמה ברענגען פֿאַרשיידענע עמאָציעס און כּוחות, וואָס ציִען זי צומאָל אין פֿאַרקערטע זײַטן, דאַרף אינעם צענטער בלײַבן אַ כּוונה לשם־שמים.

מרים און אַהרן האָבן יאָ געוווּסט, אַז מע טאָר נישט טרײַבן רכילות. לויטן איזשביצער רבין, האָבן זיי אָבער בכּיוון אָפּגעשפּילט אַ גאַנצע סצענע, כּדי אונטערצושרײַבן די גרויסקייט פֿון משה רבינו און צו ווײַזן די אַנדערע ייִדן, ווי שלעכט לשון־הרע איז. אין דער אמתן, האָבן זיי נישט געזאָגט קיין שלעכט וואָרט קעגן משהס פֿרוי, נאָר האָבן זיך באַנוצט מיט אַ צווייפֿלהאַפֿטיקן באַגריף, כּדי אויף אַ היפּוכדיקן אופֿן מקיים צו זײַן דעם אייבערשטן ווילן.

צומאָל, גיט דער איזשביצער צדיק צו, טרעפֿן זיך אַזעלכע פֿאַלן, ווען אַ ביסל נאַרישקייט איז טײַערער ווי חכמה. ס׳איז אַמאָל אַרויסצוּווײַזן אַ ביסל אייגענע חסרונות, כּדי די אַנדערע מענטשן זאָלן דערפֿון אָפּלערנען עפּעס גוטס. דער מחבר פֿון „מי השלוח‟ וואָרנט, אַז אין אַזוינע היפּוכדיקע דרכים שטעקט אַ סכּנה. אויב מע טרײַבט איבער די מאָס, קאָן מען צוקומען, אַנשטאָט לעבעדיקייט און פֿרישקייט אין עבֿודת־השם, צום ליצנות און גראָבע עבֿירות.

אין דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט קומען איצט פֿאָר צוויי פֿאַרקערטע פּראָצעסן. פֿון איין זײַט, שרעקן זיך אָפּ געוויסע מינים ייִדן פֿון וועלכער־ניט־איז שעפֿערישקייט און קאָנטאַקט מיט דער אַרומיקער וועלט. פֿון דער צווייטער זײַט, וואַקסט די מחנה „אָפּגעפֿאָרענע‟, וואָס שרעקן זיך אָפּ פֿונעם ערשטן פּראָצעס און דערווײַטערן זיך בכלל פֿון ייִדישקייט, ווײַל די גאַנצע תּורה זעט פֿאַר זיי אויס, נעבעך, טויט. אַ „נבֿלה‟, ווי דער איזשביצער דריקט זיך גאַנץ פּאַסיק אויס.

צומאָל דאַכט זיך, אז אין אַ געוויסן זין איז כּמעט נישטאָ קיין חילוק צווישן די דאָזיקע צוויי מחנות. די „אָפּגעפֿאָרענע‟ לאָזן זיך אויף הפֿקר, אַבי געהוליעט. די פֿאַרפֿרומטע האָבן מורא זיך אָפּצורוקן אַפֿילו אויף אַ שפּיץ פֿינגער פֿון די זעלבע רעלסן. דער צוגאַנג אין ביידע פֿאַלן איז אַ מעכאַנישער, הגם די מעכאַניק איז פּונקט די פֿאַרקערטע. ווי אַ רעזולטאַט, ווערן די מיצוות פֿאַרוואַנדלט סײַ־ווי־סײַ אין אַ „נבֿלה‟.

לויטן איזשביצער רבין, לערנט אונדז די הײַנטיקע פּרשה, אַז מע דאַרף קאָמבינירן דעם סדר מיט אַן עלעמענט פֿון כאַאָס. דאָס „סכלות מעט‟, אַ ביסל נאַרישקייט, ווי עס שטייט אינעם תּנ״כישן ספֿר־קהלת, פֿירט צומאָל צו העכערע מדרגות פֿון רוחניות. צו אַזעלכע שטרענג און פּרטימדיק דעפֿינירטע מיצוות, ווי דאָס אָנצינדן די מנורה אינעם הייליקן משכּן, ווי צוויי אַהרנס זין, נדבֿ און אַבֿיהוא, זענען פֿאַרברענט געוואָרן אינעם הימלישן פֿײַער פֿאַרן אָפּווײַכן פֿון די „אינסטרוקציעס‟, דאַרף פֿאָרט זײַן אַ שעפֿערישע דערפֿאַרונג. להיפּוך, קאָן אַזאַ שלעכטע זאַך, ווי לשון־הרע און רכילות, אויך ווערן אַ מיצווה, ווען מע מוז אויסלאַכן געוויסע נעגאַטיווע פּראָצעסן אָדער כּדי אָפּצושטעלן ערגערע עוולות. אַזוי צו אַזוי, הגם די תּורה זעט אַמאָל אויס ווי אַ מעכאַנישע סכעמע, ברענט אין איר דאָס הייליקע ליכט פֿון לעבן.