דער פּסיכיאַטער מאַכט מיר משוגע

That Psychiatrist Is Driving Me Crazy

Yehuda Blum

פֿון חנה־פֿײַגל טערטלטויב

Published June 24, 2016, issue of June 25, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

הממם, אַ פּסיכיאַטער, אַ קלוגער מענטש, אַ געבילדעטער וואָס פֿאַרשטייט מענטשן און העלפֿט מענטשן, האָב איך צו זיך געטראַכט.

„גוט, אָבער זײַט אַזוי גוט און זאָגט מיר כאָטש ווי אַלט ער איז“.

”אַ מענטש איז אַזוי אַלט ווי ער פֿילט זיך. פֿרעגט בעסער צי ער איז געזונט! ער איז געזונט ווי אַ פֿערד און שטאַרק ווי אַ ביק. מיט דעם, פֿאַרשטייט איר מיך, דאַרפֿט איר זיך נישט זאָרגן“. און זי האָט עפּעס געמאַכט מיט אַן אויג. אפֿשר איז איר אַ שטיקל שטויב אַרײַן אַהין.

נו, כ׳האָב געוווּסט, אַז וואָס זי זאָגט איז אמת. איך אַליין האָב זייער פֿרומע קליענטן וואָס ווילן בשום־אופֿן נישט זען און נישט ווײַזן אַ בילד.

בקיצור, יוסף דער פּסיכיאַטער, דער ביק, האָט מיר געקלונגען דעם צווייטן טאָג. באַלד פֿון די ערשטע עטלעכע ווערטער האָב איך געוווּסט, אַז ער איז נישט פֿאַר מיר. ער האָט גערעדט מיט אַ פֿיסטל, אַ בײַקולכל וואָס איז מיר געווען אַזוי זלידנע, אַז דאָס ביסל האָפֿענונג וואָס איך האָב פֿריִער געהאַט איז מיר אויסגעוועפּט געוואָרן. אָבער כ׳האָב זיך אַזוי גרינג נישט געקענט אַרויסדרײען, ווײל ער האָט אַפֿילו קיין אָטעם נישט געטאָן, נאָר האָט מיך גלײַך אָנגעהויבן צו איטערוויויִרן ווי איך וואָלט געווען אַ קליענט זײַנער, איין פֿראַגע נאָך דער אַנדערער: ”ווי קומסטו אויס מיט דער מאַמען? קינדווײַז האָסטו געהאַט אַ סך פֿרײַנד? ווי אַלט ביסטו געווען ווען דו האָסט אָנגעהויבן מענסטרויִרן? האָט עס דיך געעקלט?“

מיט דער לעצטער פֿראַגע איז דער טעלעפֿאָן מיר אַרויסגעפֿאַלן פֿון דער האַנט, אַזוי ווי ער וואָלט געברענט. איך האָב די טרובקע שטילערהײַט צוריק אַוועקגעלייגט. די באַקן האָבן מיר געפֿלאַמט. אַזאַ חוצפּה צו רעדן צו מיר אַזוי! אַ פּסיכיאַטער איז ער? ער דאַרף אַליין האָבן אַ פּסיכיאַטער. און די מלכּה שנײַדערמאַן מיינט, אַז דאָס איז מײַן זגאַל? ווען איך וועל מיט איר נאָך אַ מאָל רעדן, וועל איך איר שוין וויסן וואָס צו זאָגן.

כ׳האָב נישט לאַנג געדאַרפֿט וואַרטן. ווען דער טעלעפֿאָן האָט געקלונגען האָב איך באַלד געזען, אַז זי, מלכּה די געניטע שדכנטע, קלינגט מיר. כ׳האָב נאָר געדאַרפֿט זאָגן ”העלאָ“ האָט זי באַלד אָנגעהויבן קוואָקען, און ווידער אַ מאָל האָב איך נישט קיין איין וואָרט געקענט זאָגן: „יוסף האָט מיר שוין דערציילט די גאַנצע מעשׂה. ווי אומהעפֿלעך איר זײַט צו אים געווען. ווער וואַרפֿט דען אַראָפּ דעם טעלעפֿאָן ווען אַ קאַוועליר קלינגט אַן? איר ווייסט אַפֿילו נישט דעם שאָדן וואָס איר האָט געטאָן. דער מאַן האָט געזאָגט, אַז ביז אַהער, דאָס הייסט די לעצטע צוואַנציק יאָר גייט זײַן אייגענע טעראַפּיע זייער גוט, און נאָכן רעדן מיט אײַך נאָר עטלעכע מינוט האָט איר אַ תּל געמאַכט פֿון כאָטש צען יאָר טעראַפּיע, און פֿון זײַן עגאָ האָט איר געמאַכט אַש־און־פּאָרעך. ער איז זייער אַ סענסיטיווער טיפּ. יאָרן לאַנג האָט ער נישט געקענט שלאָפֿן אין אַ פֿינצטערן צימער. נאָר לעצטנס האָט ער דורכגעבראָכן די מורא, און יעצט זאָגט ער מיר, אַז נאָך דעם וואָס איר האָט אים אָפּגעטאָן וועט אַ גרויסע לאָמפּ מוזן ביזעווען אַ גאַנצע נאַכט. גיב נאָר אַ טראַכט וויפֿל דאָס וועט אַפּקאָסטן, וועט איר שוין וויסן וואָס איר האָט געטאָן. ער איז אַ שעפֿערישער שרײַבער אויך און, ווי וווּדי אַלען, קען ער ניט לײַדן צו שטיין לעבן דעם אָפּרין אין שפּריץ. ער פֿלעגט מיינען, אַז זײַן שעפֿערישקייט וועט אַראָפּרינען גלײַך מיטן שמוציקן וואַסער. לעצטנס האָט ער זיך אַ ביסל פֿאַרבעסערט און ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ער וועט נישט פֿאַרלירן די גאַנצע שעפֿערישקייט זײַנע.‟

כ׳האָב שוין מער נישט געקענט אויסהאַלטן. עס איז מיר אַזש וואַסער געגאַנגען פֿון די אויערן. ווער זײַנען די מענטשן? בין איך אין גאַנצן משוגע געוואָרן, צי זײַנען זיי אַליין חסר־דעה?

ווען איך האָב ערשט אָנגעהויבן צו טראַכטן וועגן ווידער אַרויסגיין מיט מענער האָב איך געוווּסט, אַז איך וויל נישט קיין אַדוואָקאַטן, ווײַל איך האָב געזען, אַז צום מערסטן האָבן זיי שווערע פּערזענלעכקייטן; זייער כאַראַקטער איז נישט צוגעפּאַסט צו מיר. כ׳האָב נישט געוואָלט אַן אַקעדעמיקער, ווײַל כ׳האָב געזען דורכן אַליין שטודירן יאָרן לאַנג אין קאָלעדזשן און אוניווערסיטעטן, אַז מע ראַנגלט זיך איבער גאָרנישט, די קלענסטע פֿון קלייניקייטן: אַ פּינטל אָדער אַ קאָמע, שוין אָפּגערעדט אַ פּינטל־קאָמע.

און איצט זאָג איך אײַך צו, אַז איך וויל אַפֿילו נישט הערן פֿון קיין פּסיכיאַטערס!!

דאָס מיינט נישט, אַז איך בין נישט אַנטוישט געוואָרן, אַז פֿון דעם אַלץ האָט זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם. כ׳האָב זיך געלייגט שלאָפֿן און זיך אײַנגעקאָרטשעט ווי אַ קליין קינד, זיך איבערגעדעקט דעם קאָפּ מיט דער קאָלדרע און זיך געטרייסט מיט סקאַרלעט אָ׳האַראַס ווערטער: “מאָרגן איז אַ נײַער טאָג!‟


כּדי זיך צו פֿאַרבינדן מיט חנה־פֿײַגל טערטלטויב, שרײַבט איר אויף דעם אַדרעס: doctorkf@gmail.com