(די 2 טע זײַט פֿון 2)
בעלאַ האָט מיר דערלאַנגט אַ רשימה אונטערנעמונגען פֿון אַ ייִדישער טעמאַטיק אויף העברעיִש און אייניקע אויף ייִדיש. לויט דער ליסטע האָבן מיר זיך נישט וואָס צו זאָרגן, אָבער אין דער אמתן קלינגען די טעמעס ווי פֿאַראַכטאָגיקע, פֿאַראַיאָריקע און פֿאַראַ־תּקופֿהדיקע.
בין איך אַוועק אין לייוויק־הויז, פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל, וווּ ס׳האָט אין מײַנע צײַטן געאָטעמט מיטן ייִדישן וואָרט, פֿאַרזאַמלונגען, רעפֿעראַטן, שרײַבער, פּאָעטן, און מרדכי צאַנין, דער אַמאָליקער רעדאַקטער פֿון „אונדזער צײַט‟, האָט דאָ געפֿירט די מלוכה.
הײַנט שטייט אײַן די פֿירערשאַפֿט אין די הענט פֿון דניאל גלאי, אַן אַרגענטינער, אַ ייִד אַ מוזיקער און אַ פּיעסן־שרײַבער. ער גיט צו אַז מ׳גיט זיך אונטער דער אומגאַנג־שפּראַך פֿון לאַנד, עבֿרית, און לאָמיר זיך נישט נאַרן, פֿון די שרײַבער און זשורנאַליסטן איז פֿאַרבליבן אפֿשר נישט מער ווי די פֿינגער פֿון איין האַנט.
אויפֿצוהאַלטן אַזאַ געבײַדע אין מיטן תּל־אָבֿיבֿ איז געגליכן צום אויסהאַלטן דעם ייִוואָ אין ניו־יאָרק; ס׳קומט אָן מיט גרינע ווערעם.
דאָס שלום־עליכם הויז וואָס מיט אים פֿירט אָן ד״ר אַבֿרהם נאָווערשטערן, מײַן אַמאָליקער פּראָפֿעסאָר אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, איז געווען געשלאָסן בעת אונדזער באַזוך. כ׳האָב געהערט אַז דאָרט רוכעוועט מיט ייִדישע רעפֿעראַטן, קאָנצערטן, קינסטלערישע אויפֿטריטן, מוזיק און געזאַנג. הלוואי…
איך וויל פֿאַרענדיקן מיט אונדזער פֿאַרמלחמהדיקן כעלם. אויב איר מיינט, אַז כעלם איז אַראָפּ פֿון דער אַרענע אין ישׂראל, שפּיצט אָן די אויערן און שטאַרצט אויס די אויגן.
מיך האָט פֿאַרבעטן צו זיך אויף מיטיק מײַן לײַבלעכע קוזינקע וואָס איז אָנגעקומען אין לאַנד מיט צוואַנציק יאָר צוריק. זי איז אַ פֿרוי אין די זעכציקער, מיט אַ מאַן און צוויי שטאַרק דערפֿאָלגרײַכע זין. נישט פֿאַר אײַך געדאַכט איז זי אַן אינוואַליד אויף ביידע פֿיס, גייט זי מיט אַ שטעקן. די זינדלעך האָבן איר געקויפֿט אַ לוקסוס־דירה אין בת־ים, אַ צוואַנציק־שטאָקיקע געבײַדע. עפֿנט מען די טיר פֿונעם הויכן בנין און איך פֿרעג זי:
„וווּ איז דער ליפֿט?‟
זאָגט זי מיר: „אויפֿן ערשטן שטאָק.‟
מאַך איך: „רעגינאַ לעבן, וואָס הייסט?‟
ענטפֿערט זי: „קודם מוז מען אַרויפֿגיין די צוואַנציק טרעפּ און ערשט אויפֿן ערשטן שטאָק געפֿינט זיך דער ליפֿט. און דער ליפֿט שטעלט זיך נאָר אָפּ אויף יעדן צווייטן שטאָק.‟
קוק איך זי אָן, נישט צום גלייבן; הייסט עס, אַז אונדזער כעלם האָט זיך איבערגעפּעקלט אַהער אין דער ייִדישער מדינה און טוט ממשיך זײַן די טראַדיציע פֿון די כעלעמער חכמים!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.