וויכטיקע אַנקעטע פֿון געוועזענע פֿרומע ייִדן

Groundbreaking Study of Formerly Orthodox Jews


פֿון אַרי פֿעלדמאַן (Forward)

Published June 26, 2016, issue of June 25, 2016.

אַ נײַע שטודיע אַרויסגעגעבן פֿון דער פֿירמע Nishma Research האָט אַנטדעקט, אַז אַ סך געוועזענע חרדים און מאָדערן אָרטאָדאָקסישע ייִדן וואָס האָבן מער נישט דעם זעלבן גלויבן ווי אַנדערע מיטגלידער פֿון זייער קהילה פֿילן זיך ווי „אַרויסגעשטויסענע”, אָבער האַלטן נאָך אַלץ אָן אַ ייִדישע אידענטיטעט.

אַ דריטל פֿון די וואָס האָבן געענטפֿערט אויף דער אַנקעטע האָבן זיך נאָך נישט פֿיזיש אַרויסגעקליבן פֿון זייער קהילה. בײַ די וואָס זענען יאָ אַוועק — האָבן געזאָגט איבער אַ העלפֿט פֿון זיי, אַז זיי פֿילן זיך בכלל נישט פֿאַרבונדן מיט קיין ייִדישער קהילה. כּמעט אַ פֿערטל האָבן שוועריקייטן בײַם גיין אויף ראַנדקעס, אָנהאַלטן אינטימע באַציִונגען, אָדער געפֿינען אַ שטעלע.

די אַנקעטע־פֿירער האָבן אויסגעפֿרעגט 855 ייִדן וואָס האָבן זיך אַ מאָל אידענטיפֿיצירט ווי חסידיש, חב״ד, ישיבֿיש, מאָדערן־אָרטאָדאָקסיש, אָדער פֿון אַן אַנדערער אָרטאָדאָקסישער קהילה. הײַנט אידענטיפֿיצירן זיך אַ סך פֿון די ייִדן ווי „Off The Derech” (אַראָפּ פֿון דרך), אָדער OTD, און גייען אויף OTD־אונטערנעמונגען אָדער זענען מיטגלידער פֿון OTD־גרופּעס אויף דער סאָציאַלער מעדיע.

מע האָט זיי געפֿרעגט פֿאַר וואָס זיי האָבן פֿאַרלאָזט די קהילה. צווישן די פֿאַרשפּרייטסטע סיבות: די באַהאַנדלונג פֿון פֿרויען אין די חרדישע קהילות; און די סתּירות, טאָפּעלע סטאַנדאַרדן, און דאָס צבֿיעות וואָס זיי באַמערקן אין דער קהילה. נאָר 2% פֿון די באַטייליקטע האָבן דערמאָנט די השפּעה פֿון דער אינטערנעץ אָדער שוואַכע סעקולערע דערציִונג.

95% פֿון די באַטייליקטע באַטראַכטן זיך נאָך אַלץ ווי ייִדן, אָבער נאָר 21% אידענטיפֿיצירן זיך מיט אַ הויפּט־דענאָמינאַציע ווי רעפֿאָרם, קאָנסערוואַטיוו, אָדער חסידיש.

מאַרק טרענטשער, דער דירעקטאָר פֿון Nishma Research, האָט באַמערקט אַ פֿאַרקערטע קאָרעלאַציע צווישן דער מדרגה פֿון שמירת־מיצוות איידער מע פֿאַרלאָזט די אָרטאָדאָקסישע קהילה און דער מדרגה נאָך דעם.

„עס דאַכט זיך, אַז די וואָס זענען בײַם אָנהייב געווען צום מערסטן אויף רעכטס — למשל, חסידים וואָס נוצן ייִדיש כּדי זיך צו באַשוצן פֿון דעם גוייִשן אַרום — האָבן נאָכן פֿאַרלאָזן די קהילה זיך נאָך מער דערווײַטערט פֿון זייער פֿריִערדיקן גלויבן און אויפֿפֿיר, ווי אַנדערע גרופּעס.”

בײַ די וואָס זענען אַוועק פֿון די פֿרימסטע קרײַזן איז, אַוודאי, געווען אַ סך ווייניקער טאָלעראַנץ און מיטגעפֿיל פֿון זייערע משפּחות ווי די וואָס קומען פֿון מעסיק־פֿרומע היימען.

„אָבער מיט דער צײַט ווערט די משפּחה מער צוגעלאָזן,” האָט טרענטשער געזאָגט. נאָך צען יאָר ווערן בערך 50% פֿון די משפּחות גרייטער אָנצוהאַלטן אַ באַציִונג מיטן „אָפּגעפֿאָרענעם”.

די שטודיע איז געווען אַ שותּפֿות צווישן Footsteps און Project Makom, צוויי אָרגאַניזאַציעס וואָס העלפֿן לײַכטער מאַכן דאָס פֿאַרלאָזן די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע און חרדישע קהילות.